בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#10 - הערט אויף מיט די פרומע שלעכטע וועג
שלום בית, משפחה, דאווענען, מרה שחורה, ווייב

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער ווייטאגליכע בריוו.


זייט מוחל וואס איך וועל אייך זאגן, איך האב גרויס רחמנות אויף אייך, דער שטן האט אייך גוט פארנארט, איר מיינט אז איר זענט די פרומע און אייער מאן איז פארקערט, אויסדריקליך ניין, אייער מאן איז טייער און גוט, און איר זענט אין א מרה שחורה, ווייל אז איר עסט זיך אויף טאג און נאכט אויף אייער מאן'ס רוחניות – זענט איר א גרויס רחמנות.


וואס גייט אייך אן ווען אייער מאן שטייט אויף? וואס זענט איר אזוי צעקאכט אז יום טוב בלייבט ער שלאפן ביז שפעט? וואס האט דאס מיט אייך? דאנקט דעם אייבערשטן אז איר האט א מאן וואס האלט אויס די משפחה, איר האט א מאן א גוטער; וואס האט זיין רוחניות מיט אייך?


עס קען גאר זיין אז איר זעט די גורם אז ער גייט נישט דאווענען, ווייל אזוי ארבעט עס, ווען מען שפירט אראפגעקוקט און ווען מען שפירט ווי מען ווערט נאכגעקוקט און שפיאנירט – וויל מען מער גארנישט.


איך בעט אייך זייער, לאזט אפ, הערט אויף מיט די פרומע שלעכטע וועג, זייט אן אשה כשרה וואס זארגט פארן מאן'ס גשמיות, ער זאל האבן עסן, קליידער און אלעס וכו' וכו'.


איך האב רחמנות אויף אייערע קינדער, ווייל זיי שפירן וואס טוט זיך באהאלטן ביי אייך אין הארץ, זיי זעען ווי עס קאכט און באבלט עפעס פון אייער מאן, זייער טאטע, און קינדער ווערן צעמישט און דערשראקן.


טוט תשובה, און ארבעטס אויף אייערע מידות, און אז אייער מאן שטייט אויף שפעט – זאלט איר אים געבן מער גוטס ווי סתם אזוי וכו' וכו'.

#9 - שטערן דאס בויען די קהלה
היכל הקודש, מוהרא"ש, ראש ישיבה, מרה שחורה, קהילה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האף אז דו פארשטייסט וואס מיר האבן גערעדט ביי די הקפות און נאך די הקפות; דו – אז דו האסט א פראבלעם מיט צאלן שכר לימוד, דו האלסט אז איך בין דיר שולדיג געלט פון יארן צוריק וכו', און איך האלט אז נישט, און אז מען נעמט נישט דיינע קינדער מיט די באס – דאס איז דאך דיין עסק, נישט פון דעם האב איך גערעדט, נאר פון די וואס מישן זיך אין זאכן וואס האט נישט מיט זיי, די וואס קייען יעדנ'ס מעשיות און זענען פארנומען אויסצורעכענען לדעתם עוולות וואס איך טו...


די זענען נישט דיינע פריינד, די זענען מענטשן וואס האבן נישט קיין חיות אין לעבן, בעלי מרה שחורה, וואס זייער גאנצע חיות איז – ווי זיי קענען מיך בארעדן און מיר שטערן בויען די קהילה.


רעד זיך נישט איין אז דו האסט פריינד, אויב א פריינד האסטו איינער וואס האט אלעס אוועק געגעבן פון זיך אז דו זאלסט האבן א לעבן, אז די לימודים וואס מיר האבן געלערנט ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאל מען קענען אויספירן אויף למעשה, די קינדער זאלן אויפוואקסן מיטן רבי'ן, מיט היכל הקודש, לערנען אויפן סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), זיך מתבודד זיין, און זיי חתונה מאכן ריין, יונג, בקדושה ובטהרה, און די זיסע לימודים ווי אזוי צו האבן שלום בית וכו' וכו', דער איינער איז דיין פריינד, ווייל ער מיינט דיך אן נגיעות, אן באקומען עפעס פאר זיך, אויב עפעס איז עס על מנת לסקלו ולבזותו.


איך וועל ווייטער ממשיך זיין מיט די אמט וואס מוהרא"ש האט מיר געבעטן צו טון, איך האב זאכן וואס מוהרא"ש האט מיר געזאגט וואס איך וועל דיר נישט דערציילן וכו' וכו', און דאס וואס יעדע שטיק צייט קומט איינער און איז מביש ריח; אזוי מוז זיין, און אזוי וועט זיין; איך בעט דעם אייבערשטן אז איך זאל האבן אין די קהילה מענטשן וואס ווילן דא זיין, (נישט מענטשן וואס האבן נישט א צווייטע פלאץ וד"ל), מענטשן וואס ווילן און האבן ליב דעם ראש ישיבה, נישט אונטערגראבערס.

#8 - מאך א נחת רוח פאר דיין מאמע אין גן עדן
שמחה, עצבות, שולד געפילן, מרה שחורה, עליית נשמה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו - שבת תשובה, ז' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


הרב ... שליט"א, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו ביי פדיון נפש אין אומאן.


שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות נישט צו זיין אין עצבות און מרה שחורה, נאר זיין פרייליך מיט יעדע גוטע זאך וואס דו טוסט, און מיט דעם וועט דיין מאמע'ס נשמה גיין העכער און העכער אויבן אין הימל; ווייל ווען א מענטש לאזט איבער קינדער וואס דינען דעם אייבערשטן, זיי לערנען און דאווענען און טוען מצוות מיט שמחה - דאס איז די גרעסטע זאך פארן מענטש, די נשמה גייט העכער און העכער מיט יעדע מצווה וואס מען טוט מיט שמחה.


איך האב געליינט דיין בריוו, איך בין זייער באזארגט פאר דיר; דו ביסט נישט דער ערשטער וואס ליידט פון די מחשבות, איך זע ביי זייער אסאך מענטשן וואס פארלירן זייער באליבטע טאטע אדער באליבטע מאמע, ווי זיי הייבן אן ליידן שרעקליכע יסורים פון די מחשבות וכו': 'איך האב גורם געווען אז מיין מאמע אדער טאטע זאלן שטארבן וכו'; קלאפ ארויס פון קאפ די נארישע זאך אז דו האסט גורם געווען אז דיין מאמע זאל אוועק גיין פון די וועלט, די מחשבה איז פון די סטרא אחרא וואס ווילן דיך אומגליקליך מאכן און דיך אויסרייסן פון די וועלט און פון יענע וועלט; דאס איז ליגנט, דו האסט נישט גורם געווען דיין מאמע זאל אוועק גיין פון די וועלט, דיין מאמע איז אוועק פון די וועלט אין די רגע וואס זי האט געדארפט אוועק גיין, זי האט נישט געהאט מער קיין איין רגע צו לעבן.


שטארק זיך זייער צו זיין זייער פרייליך וועסטו מאכן א נחת רוח פאר דיין מאמע אין גן עדן. דיין מאמע איז געווען א צדקת, זי האט זיך מוסר נפש געווען פאר תורה, זי האט אלעס געטון אז איר שטוב זאל זיין א שטוב פון תורה, און אז דו וועסט זיין פרייליך, דו וועסט דאווענען מיט שמחה, דו וועסט לערנען מיט שמחה און טון אלע מעשים טובים מיט שמחה - וועסטו איר מאכן א גרויסע נחת רוח.


א גמר חתימה טובה.

#7 - דערביטערקייט מאכט קראנק
שמחה, מרה שחורה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בא, ג' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


פאריגע וואך ביי קריאת התורה האב איך דיר געזאגט א חידוש וואס איז מיר נתחדש געווארן בשעת'ן ליינען, אין די תורה שטייט (שמות ו, יט): "וּבְנֵי מְרָרִי", די קינדער פון מררי, "מַחְלִי וּמוּשִׁי", זענען מחלי און מושי; איז מיר אריינגעקומען א בליץ אין מחשבה, 'בני מררי' - וואס קומט ארויס פון זיין דערביטערט? 'מחלי' – קרענק.


האסט מיך געפרעגט אויף וואס איז מרמז 'מושי', האב איך דיר געוויזן אין לקוטי מוהר"ן סימן קי, ווי דער רבי זאגט אויפן פסוק (יהושע א, ח): "לֹא יָמוּשׁ סֵפֶר הַתּוֹרָה", אז דאס איז א לשון פון פארגרעבטקייט, אזוי ווי עס שטייט (שמות י, כא): "וְיָמֵשׁ חֹשֶׁךְ"; ברוך שכוונתי צו די ווערטער פון אשר בנחל, יעצט לערן איך אביסל אשר בנחל חלק יז (מכתב ב' אלפים תנז), די זעלבע ווערטער; מוהרא"ש שרייבט: "ברח לך מעצבות ומרירות", אנטלויף פון זיין טרויעריג און דערביטערט, ווייל "בני מררי מחלי ומושי, התולדות של מרירות הוא מחלות ועוביות", דורך זיין טרויעריג און דערביטערט ווערט מען קראנק און דערווייטערט פונעם אייבערשטן, "ויאיר בן מנשה" (במדבר לב, מא), מנשה איז שכחה, א לשון פון פארגעסן, זיך באנייען, וואס איז די תולדות פון מנשה? ויאיר, עס ווערט ליכטיג; אז מען פארגעסט פונעם עבר הייבט אן לייכטן און שיינען די ליכטיגקייט פונעם אייבערשטן.


וואס זאל דיך דיר זאגן מיין ליבער ברודער, מיין הארציגער חבר, וויפיל דארפן מיר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אשר בנחל שם גורלינו, אז מיר ווייסן פון אזא רבי מיט אזעלכע תלמידים וואס זענען אונז מחי' ומחזק, מיר זאלן אנטלויפן פון די עצבות ומרה שחורה, מיר זאלן זיך מחי' זיין מיט נקודות טובות און שטענדיג אנהייבן פונדאסניי.

#6 - מענטשן וואס האבן הנאה פון דערשרעקן
קינדער, חיזוק פאר פרויען, מרה שחורה

בעזרת ה' יתברך - עש"ק פרשת אחרי קדושים, י"א אייר, כ"ו לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואס רעדט איר פון די אלע דמיונות וכו'? פארוואס יעצט זיין בעצבות - ווייל אפשר ווען מען גייט האבן דאס קינד וועט מען אריינפאלן אין עצבות? וואס איז די נארישקייט פון אויסהערן מענטשן וואס האבן הנאה פון דערשרעקן?!


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן מט), שלעכטע מחשבות, דאס איז דער יצר הרע, 'יצר' איז טייטש מאלן, מען מאלט זיך אויס, מען טראכט זיך אויס 'הרע', איך בין שלעכט. יצר טוב מיינט, מען טראכט גוט, מען מאלט זיך אויס גוט, איך בין גוט, יעדער איז גוט.


הערט נישט אויס די וואס דערשרעקן אייך אז נאכן האבן דאס קינד וועט איר אריינפאלן אין א דעפרעסיע, און אפילו אז אייערע נאנטע דערשרעקן אייך, אייער משפחה - זאלט איר  זיך גוט אויסלאכן, און זינגט זיך: "דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער היט מיך".


מוהרא"ש ברעגט דעם מאמר החכם: "הֶעָבָר אַיִן", וואס איז געווען איז שוין געווען, "וְהֶעָתִיד עַדַיִן", און וואס גייט זיין - איז דאך נאכנישט דא, "וְהַהוֹוֶה כְּהֶרֶף עַיִן", און די הוה איז דאך נישט מער ווי איין רגע, "דַאֲגָה מִנַּיִן", איז דאך נישט שייך צו דאגה'נען.


זארגט נישט, דאגה'ט נישט, עס וועט אייך גארנישט צוגעבן, עס וועט גארנישט בעסער מאכן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין ק:): "לֹא תֵעִיל דַוְיָא בְּלִבְּךְ", זאלסט נישט ארום גיין מיט דאגות, "דְגַבְרֵי גִיבָּרִין קָטַל דַוְיָא", ווייל דאגות האט שוין גע'הרג'עט אסאך גיבורים; וואס יא? וואס איז די בעסטע זאך צו טון ווען עפעס טוט וויי? גיין צום אייבערשטן, אים בעטן פשוט'ע ווערטער אויף די פשוט'ע שפראך, ער זאל אייך געבן א ישועה.


 

#5 - דאווענען מיט מנין, און גיין צום דיין'ס גמרא שיעור
דאווענען, היטן די צייט, מרה שחורה, שיעור

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


עס טוט מיר וויי דיך צו זען טאג נאך טאג קומען נאך חצות דאווענען אן קיין מנין. ערשטנס זאלסטו וויסן אז נאך חצות קען מען נישט דאווענען, עס איז ברכות לבטלה, צווייטנס, איך ווייס נישט וואס צו טראכטן; אויב דו ביסט אריינגעפאלן אין א מרה שחורה, אז דו שטייסט אויף שפעט, אדער זאל איך טראכטן אז דו גייסט אריין ערשט אין אפיס און שפעטער קומסטו אין שול.


עס טוט מיר וויי, איך האב דאך אזויפיל געלערנט מיט דיר אין ישיבה און דיך חתונה געמאכט מיט אן איידעלע פון בית פיגא; איז וואס איז מיט דיר געשען אז דו פירסט זיך אזוי אויף?


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך צוריק באנייען, קומען אין שול אינדערפרי, א אינגערמאן ווי דו דארף דאווענען וואס פריער; שפעטסטנס אכט אזייגער, און גיין צו די ארבעט ניין אזייגער.


איך וויל זיך דערקוויקן, זען אין די קאמערע ווי די אברכי הכולל לערנען פלייסיג, קוק איך אין די קאמערע, אבער פון די אנדערע זייט מחיצה באקום איך ווייטאג צו זען אינגעלייט וואס האבן געלערנט אין ישיבה קומען טאג נאך טאג דאווענען נאך חצות, טרעטן אויף די הלכה מפורשת פון דאווענען שחרית אין צייט; מילא בעלי מרה שחורה וכו', אבער טייערע אברכים ווי דיר – דאס קען איך נישט נעמען.


איך וויל צוויי זאכן פון דיר, איינס דאווענען מיט מנין אלע תפילות שחרית וואס פריער, צוויי, זאלסט גיין צום דיין'ס גמרא שיעור.

#4 - אין שמחה איז אלעס אנגעהאנגען, אלע ישועות, אלע רפואות
תפילה והתבודדות, שמחה, מרה שחורה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויחי, ה' טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


ווען דו ביסט זיך מתבודד, זאלסטו דער עיקר מתפלל זיין אויף שמחה; ווייל אין שמחה איז אלעס אנגעהאנגען, אלע ישועות, אלע רפואות – באקומט מען ווען מען איז בשמחה, און אויך פארקערט, אויב חס ושלום מען איז בעצבות ובמרה שחורה, פון דעם קומט די אנגעצויגענע נערווען, און אויך אלע פארדרייטע מחשבות, דמיונות, השם ישמרינו.


נָא, איך בעט דיר – טו אלע צו זיין פרייליך, און מאך זיך אפילו נאריש במילי דשטותא, אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "צריך להכריח את עצמו בכח גדול להיות בשמחה תמיד, ואפילו במילי דשטותא", מען דארף אלעס טון, אבי זיין פרייליך.



 

#3 - אן אפקומעניש צו האבן צוטון מיט בעלי מרה שחורה
חסד, שיעורים כסדרן, יאוש, תפיסה, מרה שחורה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פרעגסט פארוואס נאכן ליל שישי שיעור האב איך זיך אוועק געדרייט די פנים און איך בין נישט צוגעגאנגען צו דיר וכו'; איך וועל דיר זאגן פארוואס, איך האב זיך דערשראקן פון דיין עצבות און מרה שחורה, איך קען דאס נישט סובל זיין; מיר איז ממש אן אפקומעניש צו האבן מיט בעלי מרה שחורה.


עס איז מיר א וואונדער אז נאכן אזויפיל הערן דעם הייליגן רבינ'ס קול ווי דער רבי האט געשריגן (שיחות הר"ן, סימן קנג; ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח): "געוואלד, זייט אייך נישט מייאש" - זאלסטו נאכאלץ ליגן אין אזא עצבות, און זיין אזוי מרה שחורה'דיג?! בייג צו דיינע אויערן צום געשריי פון רבי'ן, רבי נתן זאגט (שם): "דער רבי האט דאס געשריגן מיט זיין גאנצע כח, ער האט געשריגן מעומק הלב 'גִּיוַואלְד, זַייט אַייךְ נִישְׁט מְיַיאֵשׁ, קֵיין יֵאוּשׁ אִיז גָארְנִישְׁט פַארְהַאנֶען'", עס איז נישטא אזא זאך ווי יאוש, פון יעדע פראבלעם קען מען ארויסקריכן, און אין יעדע פראבלעם איז דא הרחבה. אזוי ווי דער רבי איז מגלה א סוד ווי מען קען אריבערגיין שווערע מצבים, די סוד פון "בצר, הרחבת לי"; דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצה): "אִם יִסְתַּכֵּל הָאָדָם עַל חַסְדֵּי ה'", אויב מען וועט קוקן אויף די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט; "יִרְאֶה, שֶׁאֲפִלּוּ בְּעֵת שֶׁהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מֵצֵר לוֹ", אפילו ווען ער האט שווערע טעג, "גַּם בְּהַצָּרָה בְּעַצְמָהּ הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מַרְחִיב לוֹ וּמַגְדִּיל חַסְדּוֹ עִמּוֹ", זאל ער גוט קוקן, וועט ער זען אז אין די צרה מאכט אים דער אייבערשטער גוט.


נעכטן בין איך געווען באזוכן א איד אין תפיסה, איך האב געטראכט פון דיר, ווי דו ביסט א פרייער מענטש; דו גייסט, דו קומסט, דו לעבסט, און נאכאלץ ביסטו נישט פרייליך, און אין תפיסה, דער איד וועם איך האב באזוכט - האט נאר געשמייכלט און נאר גערעדט דיבורי אמונה, נאר גערעדט פונעם אייבערשטן.


א שאד דו גייסט נישט אין תפיסה, וועסט צוויי מאל פארדינען; איינס דו וועסט מחי' זיין א איד, די גרעסטע זאך צו וואס מען קען צוקומען איז צו מחי' זיין א איד, מוהרא"ש זאגט נאך פונעם הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו: "עס לוינט א נשמה זאל אראפקומען און ליידן זיבעציג יאר, אבי צו קענען א טובה טון א איד", אז מען קומט באזוכן די ארעסטאנטן געבט מען זיי פשוט לעבן, מען איז זיי אזוי מחי'; נאכמער וועט דאס דיר העלפן - זאלסט ארויסגיין פון די עצבות און מרה שחורה, אנהויבן זיין דאנקבאר דעם אייבערשטן פאר די חסדים וואס ער טוט מיט דיר און נישט קוקן אויף אלעס שווארץ.


וואס פעלט דיר אין לעבן? אלס בחור האסטו געוויינט ווילסט א שידוך, געלויבט דעם אייבערשטן האסט חתונה געהאט, האסט א טייערע ווייב, יעצט זארגסטו וואס גייט זיין אין צוואנציג יאר ארום ווען דיינע קינדער גייען זיין מאדערנע קינדער... זאג מיר, דו האסט נישט וואס צו טון? דו זארגסט פאר צוואנציג יאר ארום, ביז אהין פעלט דיר גארנישט, איז וואו איז דיין שמייכל? דו ביסט געזונט, דיין ווייב איז געזונט - וואס נאך ווילסטו?!


איך מיין דו דארפסט צוריק אנהויבן לערנען דיינע שיעורים כסדרן, אכצן פרקים משניות, אנהויבן צוריק בלעטערן די גמרא; אנשטאט זיצן אויפן טעבלעט און קוקן און קוקן, און גארנישט באקומען, נאר עצבות ומרה שחורה.


ברודער, באנוץ זיך מיט די עצות פון רבי'ן, לאז אפ די מאוויס, קליפס; בלעטער די תהלים, בלעטער די ליקוטי מוהר"ן - וועסטו ארויסגיין פון דיין עצבות ומרה שחורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - מאך פרייליך דיין ווייב וועט זי זיין געזונט
שמחה, שלום בית, מרה שחורה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערע ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי אביסל שפאצירן יעדן טאג מיט דיין ווייב, שמועס מיט איר, מאך איר פרייליך, מאך איר לאכן; דאס וועט איר געבן פרישע כוחות, ביז זי וועט ווערן אינגאנצן געזונט.


די דאקטורים זאגן דאך אז זי איז געזונט, עס איז אלעס אין מח; אז דו וועסט איר פרייליך מאכן און דו אליין וועסט אויך זיין פרייליך - וועט זי זיין געזונט און שטארק. ווייל דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִֹמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", און אוועק נעמען פון זיך די עצבות און מרה שחורה מיט אלע כוחות.


"וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם, כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִֹֹּמְחָה", אלע מחלות און קרענק וואס קומען אויפן מענטש - קומט נאר צוליב עצבות און מרה שחורה, און דער רבי זאגט ווייטער: "וְגַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים הֶאֱרִיכוּ בָּזֶה, שֶׁכָּל הַחוֹלַאַת עַל יְדֵי מָרָה שְׁחֹרָה וְעַצְבוּת, וְהַשִֹֹּמְחָה הוּא רְפוּאָה גְּדוֹלָה", אויך די דאקטורים זענען מודה אז אלע פראבלעמען און קרענק קומען פון נישט זיין פרייליך, און שמחה איז א רפואה פאר אלע קרענק; ווען א מענטש איז פרייליך - נעמט ער אוועק פון זיך אלע צרות און יסורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - הער שוין אויף מיט דיין מרה שחורה, וועט דיר זיין גוט
שמחה, שלום בית, סמארטפאון, אינטערנעט, מרה שחורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל פקודי, כ' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב גרויס רחמנות אויף דיר און איך ווייס דיר נישט וואס צו זאגן... איין זאך קען איך דיר זאגן: דו ביסט א גרויסער רחמנות... דו האסט א טייערע ווייב מיט ליכטיגע קינדער; דו האסט אן אייגענע הויז, דו האסט א פיינע פרנסה און דו ליגסט אין בעט מרה שחורה'דיג און דו ווילסט נישט אויפשטיין.


איך האב דיר שוין פרובירט מחזק צו זיין אן א שיעור מאל; זעט אויס אז דו פארשטייסט בעסער פון מיר און דו האלסט זיך קלוגער פון מיר. קען זיין אז דעם רבינ'ס עצות איז צו פשוט פאר דיר, דו קוקסט אן אונזער חבורה 'היכל הקודש קודש קדשים' ווי קליין קעפלדיגע מענטשן. וויל איך דיר זאגן וואס דער תם האט געזאגט פארן חכם (ספורי מעשיות, מעשה ט' מחכם ותם): "קוק צו וואס מיין תמימות האט מיר צוגעברענגט - צו אזוי איין גדולה, און צו וואס דיין חכמה האט דיר געבראכט."


פאלג מיר, מאך צו דיין סאשעל מידיע וואס דאס רייסט דיר אוועק פון דיינע קינדער און דו האסט נישט קיין איין טראפ געדולד צו זיי; אמאל פלעגסטו זיי פארהערן, דו פלעגסט זיך שפילן מיט זיי, דו האסט הנאה געהאט צו זיצן אין שטוב מיט דיין ווייב און קינדער. היינט זוכסטו זיך יעדע רגע וואו צו אנטלויפן, עס איז ביי דיר מקוים געווארן די קללה וואס דער אייבערשטער האט געשאלטן קין (בראשית ד, יב): "נָע וָנָד תִּהְיֶה בָאָרֶץ", וואו די גייסט ביסטו נישט צופרידן.


קוק וואס פאסירט ווען מען זינדיגט רחמנא לצלן - מען פארלירט דעם מח; דיין ווייב איז שוין געקומען צו מיר אפאר מאל, זי פרעגט מיר צי איז מחויב צו לעבן מיט דיר, ווייל דו שרייסט אויף איר און דו ווארפסט אן אויף איר א פחד און אן אימה יעדע מינוט. ווען זי פרעגט דיר צי דו דארפסט עסן, שרייסטו אויף איר מיאוס'ע ווערטער, ווען זי פרעגט דיר שבת אינדערפרי 'וואו גייסטו דאווענען', שרייסטו אויף איר קללות נמרצות. זי איז געווען ביי מיר אין אפיס און געוויינט, זי האט מיר געפרעגט: "ראש ישיבה, דאס איז מיין לעבן? איך וועל דארפן אזוי ליידן אלע מיינע יארן?!"


וויפיל אינגעלייט מוטשען זיך אנצוגיין טאג טעגליך מיט שווערע ביטערע נסיונות; זיי האבן נישט קיין געלט צו קענען צאלן דירה געלט וכו' וכו'. וויפיל אינגעלייט וואלטן געוואלט האבן אן אייגענע דירה, א שטוב מיט ליכטיגע קינדער, און דו ווען דו האסט שוין דאס אלעס זוכסטו זיך פון אונטער דער ערד ווי זיך אפצורעדן?!


נאך חצות איז ביי מיר שוין כמעט דער טאג אריבער און דו ליגסט נאך אין בעט מרה שחורה'דיג ווי א גע'פגר'טע קו?! איך בעט דיר, טאנץ ארויס פון בעט און לויף אין שול דאווענען שחרית. טו אן טלית און תפילין און דאנק דעם אייבערשטן אז דו ביסט געזונט. נאך שחרית נעם א חומש און זיי מעביר סדרה, די וואך האבן מיר צוויי לאנגע סדרות.


די וואך נאכן ליינען גייט מען אויסשרייען: "חזק, חזק, ונתחזק"; די אלע וואס פאלגן דעם הייליגן רבי'ן, זיי נעמען יעדן טאג דעם חומש און פון אנהייב וואך זענען זיי מעביר סדרה, די קענען שרייען: "חֲזַק, חֲזַק", אבער די וואס שטופן עס אפ ביז סוף וואך, די בלייבן נעבעך "חוֹזֶק", ווייל עס גייט אריבער א וואך נאך א וואך און מען לערנט ניטאמאל קיין חומש.


ווען דו ענדיגסט דאווענען אין מעביר סדרה זיין קום אהיים און עס פרישטאג מיט דיין ווייב; געב איר גוטע ווערטער, געב איר ליבשאפט וכו' און בעט איר איבער, זאג איר אז דו הייבסט אן א נייע לעבן.


ווי קען מען זיין אזוי שלעכט צו די אייגענע ווייב? ווי קען מען רעדן מיאוס'ע ווערטער צו די ווייב?! איינע פון די סימנים פון א איד איז אז ער איז א רחמנות'דיגער, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות עט.) אז די אידן האבן דריי סימנים: "רַחֲמָנִים, בַּיְישָׁנִין, וְגוֹמְלֵי חֲסָדִים".


געדענק וואס איך חזר שטענדיג איבער ביי די שיעורים, וואס מוהרא"ש פלעגט אונז זאגן, אז די גאנצע געלט און די גאנצע הצלחה פונעם מענטש קומט בזכות דעם וואס מען איז מכבד די ווייב, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סט): "כִּי עִקַּר הָעֲשִׁירוּת עַל יְדֵי הָאִשָּׁה", די גאנצע פרנסה קומט בזכות די פרוי; זוך נישט צו זיין גערעכט, עס איז א גרויסע רחמנות אויף די מענטשן וואס קריגן זיך טאג און נאכט. ענדערש געב נאך ווי צו זיין גערעכט; וואס וועסטו האבן אז דו וועסט זיך קריגן, דו אליינס ווערסט דאך אויפגעגעסן פון די אלע קריגערייען.


איך וועל דיר זאגן דעם אמת, אסאך מאל ווען מען קוקט אויף דיר כאפט פשוט אן א שרעק; דו זעסט אויס ווי א טויטער מענטש, אן קיין שום חיות און אן קיין שום לחליחות. איך האב דיר עס קיינמאל נישט געזאגט, אבער יעצט אז דו שרייבסט מיר איינס אזייגער נאכמיטאג אן אימעיל אז דו ליגסט אין בעט און דו ווילסט נישט אויפשטיין, זאג איך דיר אפען ארויס אז דו ביסט א גרויסער רחמנות...


טייערער הארציגער חבר, מיר האבן א רבי וואס ער קען יעדן איינעם העלפן, אפילו א משוגע'נעם קען מען העלפן; דער פראבלעם איז נאר אז דער משוגע'נער האלט אז ער איז נארמאל נאר דער דאקטער איז משוגע. אזוי זאגט דער רבי (שיחות הר"ן, סימן סז): "כִּי עִקַּר שִׁגָּעוֹן שֶׁל כָּל הַמְשֻׁגָּעִים הוּא רַק מֵחֲמַת שֶׁהוּא אֵינוֹ מְצַיֵּת וְשׁוֹמֵעַ לְדִבְרֵי הַבַּעֲלֵי שֵׂכֶל, כִּי הַמְשֻׁגָּע - אִם הָיָה שׁוֹמֵעַ וְצַיָּת לְדִבְרֵי אֲחֵרִים שֶׁהֵם הַבַּעֲלֵי שֵׂכֶל, בְּוַדַּאי לֹא הָיָה מְשֻׁגָּע כְּלָל", פארוואס ווערט א מענטש משוגע? ווייל ער פאלגט נישט דעם אמת'ן חכם און דעם אמת'ן צדיק, ווייל ווען דער מענטש וואס איז פיל מיט שגיונות - אויב וואלט ער געפאלגט א חכם וואלט ער געווארן אויס משוגע; יעדער מענטש האלט פון זיך, ער האלט אז ער איז דער קלוגסטער און דער געלונגענסטער מענטש וכו' וכו', אבער אויב דער מענטש האט נישט קיין ביטול צו א צדיק און צו אן אמת'ן חכם, וועט ער אינגאנצן פארפירט ווערן. א מענטש מוז האבן א רבי - א מורה דרך מיט וועם ער שמועסט זיך דורך זיין לעבן און ווען ער האט א שווערע איבערגייעכץ אדער שווערע נסיונות, גייט ער צו זיין רבי און רעדט מיט אים.


א מענטש וואס גייט אליינס איז אין א גרויסער סכנה; אסאך מאל מאכט דער יצר הרע אז א מענטש זאל זיך פירן גוט און פיין פאר א לאנגע צייט, נאר ווייל ער וויל איינרעדן דעם מענטש אז ער קען זיך אליינס אן עצה געבן, נאכדעם ווארפט ער אים אראפ אין א פלאנטער און דער מענטש קען זיך נישט קיין עצה געבן, ער ווייסט נישט ווי אזוי זיך ארויסצוזען פונעם פלאנטער.


אז דו קומסט צו מיר נאכאמאל און נאכאמאל וויל איך דיר קלאר שטעלן אז איך בין ווייטער גרייט צו רעדן מיט דיר און דיר ווייטער אוועק געבן פון מיין טייערע צייט - נאר אז דו וועסט פאלגן; מיין צייט איז מיר זייער טייער און איך בין גרייט ווייטער צו רעדן מיט דיר נאר אז דו וועסט מיר פאלגן, אבער סתם אזוי רעדן און שמועסן און נאכדעם שרייבסטו מיר אז דו ווילסט נישט אויפשטיין וכו' ווען עס פעלט דיר גארנישט, אויף דעם בין איך נישט גרייט.


עס פעלט דיר באמת גארנישט, נאר דאס ביסל שכל אז דו זאלסט אוועק ווארפן דיין שכל, וואס באמת איז די גרעסטע שכל אז מען לייגט אוועק די שכל, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן טו): "שֶׁהוּא חָכְמָה וּמְלָאכָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת כְּמוֹ בְּהֵמָה", עס איז א גרויסע חכמה צו זיין אזוי ווי א בהמה, זיך צו פירן פשוט בתמימות ובפשיטות, אזוי ווי עס שטייט (שמות לו, א): "כָּל אֲשֶׁר נָתַן ה' חָכְמָה בָּהֵמָה". הַיְנוּ שֶׁהוּא חָכְמָה לַעֲשׂוֹת עַצְמוֹ כִּבְהֵמָה. און אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חולין ה:): אויפן פסוק (תְּהִלִּים לו, ז): "אָדָם וּבְהֵמָה תּוֹשִׁיעַ ה'" – אֵלּוּ בְּנֵי אָדָם שֶׁעֲרוּמִים בְּדַעַת וּמְשִׂימִין עַצְמָן כִּבְהֵמָה. און אזוי ווי אסף בעט דעם אייבערשטן (תהלים עג, כב): "וַאֲנִי בַּעַר וְלֹא אֵדָע בֶּהֱמוֹת הָיִיתִי עִמָּךְ".


זיי נישט ברוגז אז איך שרייב דיר אזוי שארף; גלייב מיר איך שרייב נאך זייער איינגעהאלטן. איך האב נישט דא קיין שום אייגענע נגיעה, איך וויל פשוט אז דו זאלסט האבן א לעבן. איך האב אלעס אוועק געגעבן פון מיר; איך דארף נישט גארנישט, איך וויל נישט גארנישט און איך האב נישט גארנישט, איך וויל נאר אז דו זאלסט האבן א גוט לעבן.


בעט איך דיר, מאך שלום מיט דיין ווייב; טו עס פאר דיינעט וועגן, טו עס פאר דיינע צוויי ליכטיגע קינדער. מאוויס וועט דיר נישט פרייליך מאכן; עבירות מאכט נישט פרייליך, עבירות מאכט נאר מער צעבראכן. אנשטאט דו זאלסט זיך שרייבן מיט קרעציגע מענטשן, מיט מענטשן וואס דו ווילסט נישט זיין ווי זיי, פארברענג ענדערש מיט דיינע קינדער.


בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר אז איך זאל מיר אפלאזן פון די עבירות, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, העלף מיר איך זאל לעבן מיט מיין ווייב בשלום ובשלוה", אזוי זאלסטו מאריך זיין מיט תפילה, ביז דו וועסט זוכה זיין ארויס צו קריכן פון דיין עבר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.