בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
ווען מיר קלאגן אויפן חורבן בית המקדש, מיר זאגן "תיקון חצות", און מיר זאגן תשעה באב: "אֵיכָה יָשְׁבָה בָדָד", מיט די קינות – איז דאס אויפן היינטיגן חורבן; מיר וויינען אויף די גלות השכינה, ווי ווייט מיר זענען פונעם אייבערשטן, מיר וויינען אויף אונזער חורבן.
דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן קא): "אֵין אוֹמְרִים חֲצוֹת עַל הֶעָבָר", מען וויינט נישט אויף וואס איז געווען מיט יארן צוריק, נאר "עַל מַה שֶּׁנַּעֲשֶׂה עַכְשָׁו עִם הָאָדָם", אויף וואס עס טוט זיך יעצט מיטן מענטש; מען דארף זיך טרעפן אין די פסוקים און זיך אויסשמועסן און אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן, אים בעטן ער זאל אונז מקרב זיין צו אים, מיר זאלן לעבן מיט אמונה, לעבן מיטן באשעפער, נישט מסיח דעת זיין פונעם אייבערשטן, און חס ושלום נישט מעכב זיין די גאולה, און נישט האבן מיט מחלוקת וואס האלט צוריק די גאולה, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (יומא ט:), די צווייטע בית המקדש איז חרוב געווארן צוליב מחלוקת און שנאת חנם, "ועדיין מרקד בינן", און נאכאלץ איז דא די עבירה פון זיך קריגן, און פון זיך פיינט האבן, און דאס איז מעכב די גאולה.
על כן יעצט ווען מיר זענען אין די דריי וואכן, אין די בין המצרים טעג, זאלסטו זיך שטארקן מיט קוקן גוט אויף א צווייטן, און מיט אויפזוכן די גוטע זאכן ביי אנדערע, און זיי דן זיין לכף זכות, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (שבועות ל.) אויפן פסוק (ויקרא יט, טו): "'בְּצֶדֶק תִּשְׁפֹּט עֲמִיתֶךָ', הֱוֵי דָּן אֶת חֲבֵירְךָ לְכַף זְכוּת", און אזוי וועט דער אייבערשטער אונז דן זיין לכף זכות, ווייל (שבת קכז:): "הַדָּן חֲבֵירוֹ לְכַף זְכוּת דָּנִין אוֹתוֹ לִזְכוּת", און אפילו מען זעט א מענטש מיט חסרונות – דארף מען גלייבן אין די ווערטער פון די הייליגע חכמים (ברכות נז.): "אֲפִילּוּ רֵיקָנִין שֶׁבָּךְ מְלֵאִים מִצְוֹת כְּרִמּוֹן", אפילו די ליידיגע מענטשן זענען אויך פול מיט מצוות, אזויפיל ווי די קערלעך פון א מילגרוים.