בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אויפשטעלן א דור פון ריינע הייליגע מיידלעך וואס זאלן ליב האבן צניעות
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, סקול

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


א בעידינג סוט איז א קלייד פון פריצות, עס טאר נישט ארויף גיין אויף א הייליגע ריינע אידישע קערפער; אפילו אונטערן שווים קלייד.


עס איז מיר א וואונדער אז נאכן שרייבן אזויפיל מאל פון דעם האלט איך נאך ביי א'; מיינע תלמידות ווייסן נאכאלץ נישט אז דאס איז נישט קיין אידישע קלייד.


ביי אונז אין מוסד קען מען נישט שווימען נאר מיט א שווים קלייד; ווער עס שפירט אז עס איז צו אלטמאדיש, עס איז צו כניאקיש, צו פרום - דארף זוכן אן אנדערע פלאץ וואו צו שווימען, אן אנדערע קהילה.


אזוי אויך זאלסטו איבערגעבן פאר אלע תלמידות פון בית פיגא אז קינדער דארפן גיין אנגעטון מיט טייץ פון די דריי יאר; מען קען נישט גיין מיט שטרומפ. אויב איז דאס אויך צו פרום קען מען זוכן אנדערע קהילות וואו מען שטעלט זיך נישט אויף דעם.


איך בעט דיר, העלף מיר אנקומען צו מיין ציל; עס גייט מיר אין לעבן אויפצושטעלן א ריינע דור, א דור פון ריינע הייליגע מיידלעך, איידעלע ווייבלעך - וואס זאלן ליב האבן צניעות, ליב האבן איידל און זיך פרייען מיט אידישקייט. זיי זאלן זיך פארעקלען פונעם גוי, נישט האבן קיין שום שייכות מיט'ן גוי טמא און נישט אנטון זייערע קליידער וואס ברענגען אלע צרות און אלע מחלות.


איך האף דו וועסט איבערגעבן פאר אלע תלמידות מיינע ווערטער.