בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אז מען גייט ליידיג איז נישט גוט בגשמיות און כל שכן ברוחניות
שטעטל, פרנסה, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, א' דראש חודש מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


אז דו ווילסט העלפן בויען דעם שטעטל, דו ווילסט עס זאל מצליח זיין - זאלסטו העלפן די פרישע אינגעלייט זיי זאלן טרעפן פרנסה, איך וויל נישט עס זאלן זיין אינגעלייט וואס גייען ליידיג; אז מען גייט ליידיג איז זייער נישט גוט, נישט בגשמיות און כל שכן ברוחניות.


די הייליגע חכמים זאגן (כתובות נט:): "הַבַּטָּלָה מְבִיאָה לִידֵי זִמָּה", גיין ליידיג ברענגט עבירות רחמנא לצלן, "וְלִידֵי שִׁעֲמוּם", און עס ברענגט דעפרעסיע; אפילו די אינגעלייט וואס האבן יעצט פרנסה פון די רעגירונג וואס פארטיילט גרויסע געלטער פאר ארבעטסלאזע - דארפן אויך זיין פארנומען, מען טאר נישט גיין ליידיג; גיין ליידיג הרג'עט דעם מענטש, עס הרג'עט די שלום בית און עס נעמט אוועק אלע גוטע זאכן.


אז דו ווילסט מיר העלפן זאלסטו העלפן די אינגעלייט מיט דעם; מוהרא"ש זאגט פשט אין דעם וואס די הייליגע חכמים זאגן (אבות ב, ב): "יָפֶה תַלְמוּד תּוֹרָה עִם דֶּרֶךְ אֶרֶץ", עס איז גוט צו לערנען און אויך ארבעטן, "שֶׁיְּגִיעַת שְׁנֵיהֶם מְשַׁכַּחַת עָוֹן", אז מען לערנט און מען ארבעט זינדיגט מען נישט; זאגט מוהרא"ש, עס שטייט 'מְשַׁכַּחַת עָוֹן', א לשון פון שכחה, דאס הייסט אז מען לערנט און מען ארבעט האט מען נישט קיין צייט און מען פארגעסט צו זינדיגן.