בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת ויגש, ט' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
מזל טוב! מזל טוב פאר דיין שידוך!
די גאנצע קהילה איז פרייליך פאר דיר, יעדער האט אזויפיל געבעטן פאר דיר; געלויבט דעם אייבערשטן אז דו האסט געטראפן דיין זיווג. מיר פערזענליך איז גרינגער געווארן, עס איז אראפ א שטיין פון מיין הארץ, איך האב אזויפיל געבעטן פאר דיר.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפשטעלן שיינע ליכטיגע דורות, די שכינה זאל רוען ביי דיר אין שטוב, עס זאל זיין (חגי ב, ט): "גָּדוֹל יִהְיֶה כְּבוֹד הַבַּיִת הַזֶּה הָאַחֲרוֹן, מִן הָרִאשׁוֹן".
יעצט ביסטו געווארן א גרעסערער בעל חוב; ווען מען זעט מיט די אויגן די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט הייבט מען אן שפירן דעם: "אֵין אֲנַחְנוּ מַסְפִּיקִים לְהוֹדוֹת לְךָ ה' אֱלֹקֵינוּ וֵאלֹקֵי אֲבוֹתֵינוּ וּלְבָרֵךְ אֶת שִׁמְךָ מַלְכֵּנוּ עַל אַחַת מֵאָלֶף אֶלֶף אַלְפֵי אֲלָפִים וְרִבֵּי רְבָבוֹת פְּעָמִים הַטּוֹבוֹת נִסִּים וְנִפְלָאוֹת שֶׁעָשִֹיתָ עִם אֲבוֹתֵינוּ וְעִמָּנוּ".