בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אז דו וועסט רעדן שיין אין שטוב, וועסטו זען גרויסע ניסים
שלום בית, פרנסה, נסים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מצורע, ה' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו וועסט רעדן שיין אין שטוב צו דיין ווייב - וועסטו זען גרויסע ניסים.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן סט): "עִקַּר הָעֲשִׁירוּת עַל יְדֵי הָאִשָּׁה", דער עיקר עשירות איז בזכות די ווייב; אז מען איז מכבד די ווייב, מען רעדט שיין, מען טענה'עט זיך נישט - באקומט מען גרויס שפע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.