בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#24 - מאך מיט די הענט, און דער אייבערשטער וועט העלפן
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, התחזקות, פרנסה, נסים, השתדלות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת פקודי, ה' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים פון ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


די וואך זעען מיר אין די פרשה שטארקע חיזוק, די אידן האבן געברענגט די חלקים פון די משכן פאר משה רבינו עס אויפצושטעלן, משה רבינו האט נישט געוויסט וואס צו טון, ער האט פארשטאנען אז דאס איז נישט אין זיינע כוחות, א מענטש קען נישט אויפשטעלן אזא גרויסע משכן, אזעלכע שווערע ברעטער, שוועלן וכו'; האט משה רבינו געפרעגט דעם אייבערשטן (רש"י שמות לט, לג): "אֵיךְ אֶפְשָׁר הֲקָמָתוֹ עַל יְדֵי אָדָם", ווי איז מעגליך א מענטש זאל דאס אויפשטעלן? "אָמַר לוֹ, עֲסֹק אַתָּה בְּיָדְךָ וְנִרְאֶה כִּמְקִימוֹ, וְהוּא נִזְקָף וְקָם מֵאֵלָיו", האט אים דער אייבערשטער געזאגט: "דו מאך מיט דיינע הענט כאילו דו שטעלט עס אויף, און עס וועט זיך אויפשטעלן בדרך נס".


דאס איז זייער שטארקע חיזוק פאר יעדן איינעם אין יעדן מצב, מען דארף נאר אנהויבן טון און דער אייבערשטער העלפט. דאס איז סיי ביי פרנסה; ווען מען מאכט זיך חשבונות וויפיל מען פארדינט און וויפיל דאס לעבן קאסט, זעט מען אז עס איז נישט מעגליך זיך צו דעקן, א בחינה פון: "אֵיךְ אֶפְשָׁר הֲקָמָתוֹ עַל יְדֵי אָדָם", ווי איז מעגליך איך זאל קענען אנגיין מיט מיין משפחה? זאגט דער אייבערשטער: "מאך נישט קיין חשבונות, דו טו רצון השם, גיי ברענג פרנסה, טו עפעס און עס וועט זיך אויפשטעלן א שיינע שטוב".


נעכטן האט זיך מיר א אינגערמאן זייער אויסגערעדט אז עס קאסט אים א חודש דאס לעבן כך וכך, און לויט זיין געהאלט פעלט אים כך וכך חודש'ליך, עס איז נישט מעגליך ער זאל ווייטער אנגיין, דער אינגערמאן איז נישט דער איינציגסטער, דאס איז יעדער צווייטער מענטש, מען מאכט זיך חשבונות און עס שטימט נישט; דארף מען וויסן און געדענקען אז א אידישע לעבן, א אידישע שטוב - איז א בחינה פון די משכן; ביים בית המקדש, זאגן די הייליגע חכמים (בבא בתרא צט.): "מָקוֹם אָרוֹן אֵינוֹ מִן הַמִּדָּה", ווען מען האט אריינגעברענגט דעם ארון אין קדשי הקדשים האט מען געזען אז די חשבון שטימט נישט, מען האט געמאסטן מיט מעסטערס, מען האט געשריבן צעטלעך, עס האט נישט געשטימט, עס האט נישט געקענט אריינגיין אין קדשי קדשים מיטן שכל אנושי, למעשה איז געווען בדרך נס אז דער ארון איז געווען אין קדשי הקדשים; איי עס שטימט נישט, עס איז נישט מעגליך – אבער אזוי איז געווען. די נס איז נישט געווען איין טאג, איין שעה, א נס ווי קריעת ים סוף, וואס די וואסער האט זיך געשפאלטן פאר א שטיק צייט, די נס איז געווען הונדערטער יאר; יאר נאך יאר, חודש נאך חודש, טאג נאך טאג; דער ארון ליגט אין קדשי הקדשים, און לויט די צעטלעך שטימט עס נישט, לויט די מאס קען דאס נישט זיין, מען קוקט אויפן צעטל און עס שטימט נישט, אבער מען קוקט אריין אין בית המקדש זעט מען אז דער ארון ליגט דארט.


אזוי דארף מען לעבן, מאך נישט קיין חשבונות מיט צעטלעך, מען האט גארנישט פון רעכענען נאכאמאל און נאכאמאל וויפיל דאס לעבן קאסט און וויפיל מען פארדינט, מען דארף מאכן אן אנדערע חשבון; עס איז דא א באשעפער, און אז מען רעדט צו אים און מען בעט אים - געבט ער, און ווער רעדט נאך אז מען וויינט זיך אויס צו אים, מען זאגט: "הייליגער באשעפער איך קען נישט מער, די חובות דרוקן מיר, העלף מיר איך זאל קענען אהיימברענגען געלט פאר מיין ווייב און קינדער, הייליגער באשעפער איך ווייס איך בין זיך אליין שולדיג, איך האב געזינדיגט, הרעותי מעשי וקפחתי את פרנסתי, איך טו יעצט תשובה, איך גיי שוין זיין וואויל, איך האב חרטה אויף אלע מיינע נישט גוטע מעשים, זיי מיר מוחל, נעם אן מיין תשובה און געב מיר שפע".


טייערע ברידער אין ארץ ישראל, נעמט אן די פאר ווערטער וואס איך שרייב מיט גרויס איילעניש, עס ווערט שוין שבת ביי ענק, איך מוז שוין שיקן דעם בריוו; איך האב נאך אסאך אסאך צו שרייבן פון די זאך פון מאכן מיט די הענט און די משכן ווערט אויפגעשטעלט, 'עֲסֹק אַתָּה בְּיָדְךָ וְנִרְאֶה כִּמְקִימוֹ'; דאס איז מיט אלעס, דאס איז מיט שלום בית, דאס איז מיט חינוך הילדים, דאס איז מיט יעדע פרט אין לעבן; מיר קענען גארנישט, מיר דארפן נאר טון וואס דער אייבערשטער זאגט, און דער אייבערשטער העלפט, "וְהוּא נִזְקָף וְקָם מֵאֵלָיו", עס ווערט געטון.


נאך א בחינה, 'עֲסֹק אַתָּה בְּיָדְךָ' מאך מיט די הענט, הייב אויף דיינע הענט צום אייבערשטן מיט תפילה.


איך דארף מקצר זיין, עס איז שוין דער זמן ביי ענק.


א פרייליכן שבת.

#23 - קיינמאל מאכט מען נישט קיין אפעראציע ווען מען דארף נישט
שלום בית, נסים, דאקטורים, אפעראציע

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


פארוואס אפערירן? מען מאכט נישט קיין אפערעישן נאר אז מען מוז.


אויך ווען איין דאקטער זאגט מען מוז - מאכט מען נאך אויך נישט, נאר מען פרעגט נאך א דאקטער.


קיינמאל מאכט מען נישט קיין אפעראציע ווען מען דארף נישט. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו איז געווען זייער קעגן די אלע וואס פלעגן קומען פרעגן אויב מען זאל מאכן אפילו קליינע אפעראציעס וואס אלע מאכן, צום ביישפיל זיך קלענער מאכן די מאגן (סלי"וו) אדער זיך מאכן די אויגן וכו'; מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט: "מען לייגט זיך קיינמאל נישט אונטערן מעסער, און אפילו ווען א דאקטער זאגט מען מוז - פרעגט מען נאך א דאקטער".


דער אייבערשטער זאל העלפן אייער קינד זאל זיין געזונט און שטארק.


דורך מוותר זיין אין שטוב, דורך לעבן מיט ליבשאפט - ברענגט מען אריין די שכינה אין שטוב און מען זעט ניסים למעלה מן הטבע.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#22 - בזכות די הייליגע צדיקים זאל מען האבן גרינג דאס קינד
קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, תודה והודאה, רפואה, נסים, שמות הצדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני א', י"א ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז עס איז דא גוטע נייעס ביי ענק, דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין בנקל ובנחת.


בנוגע וואס עס זענען די מנהגים פון די חדשים וכו'; די טעג דארף מען נאר איין זאך, נאר תודה והודאה, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן און בעטן אז אלעס זאל זיין גוט.


אויך איז גוט אז דיין ווייב זאל זאגן שמות הצדיקים, קויף איר א ספר שמות הצדיקים. מוהרא"ש זאגט פאר פרויען וואס ווארטן אז זיי זאלן זאגן אין די חדשים "שמות הצדיקים" - נעמען פון צדיקים און בעטן דעם אייבערשטן אז בזכות די הייליגע צדיקים זאל מען האבן גרינג דאס קינד. ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכן דערמאנען די נעמען פון צדיקים - קען מען טוישן די טבע.


אויך זאל דיין ווייב זאגן די נעמען פון צדיקים וואס זי געדענקט אויסנווייניג, צום ביישפיל: אברהם אבינו, יצחק אבינו, יעקב אבינו, משה רבינו, אהרן הכהן, יוסף הצדיק, דוד המלך, שלמה המלך, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב, מוהרא"ש מברסלב וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט, און נאכדעם זאל זי זאגן די תפילה:


"יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ אָבִי שֶׁבַּשָׁמַיִם, אִין דִי זְכוּת וָואס אִיךְ הָאבּ דֶערְמַאנְט דִי נֶעמֶען פוּן דִי צַדִּיקִים, בִּזְכוּת זֵייעֶר תּוֹרָה, זֵייעֶרֶע מַעֲשִׂים טוֹבִים אוּן זֵייעֶר מְסִירַת נֶפֶשׁ, וִוי זֵיי הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַאר דַיינֶעט וֶועגְן, זָאלְסְטוּ מִיר הֶעלְפְן אִיךְ זָאל גֶעבּוֹירְן גְרִינְגֶערְהֵייט אַ גֶעזוּנְט קִינְד בְּרַמַ"ח אֵיבָרִים וּשְׁסָ"ה גִּידִים; אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין אַרִיבֶּער צוּ גֵיין דִי אַלֶע טֶעג וָואס אִיךְ וַוארְט גְרִינְגֶערְהֵייט. נֶעם אַוֶועק פוּן מִיר אַלֶע מִינֵי עַיִן הָרַע'ס אַז קֵיינֶער זָאל מִיךְ נִישְׁט קֶענֶען שֶׁעדִיגְן. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן טוּן דַיין וִוילְן זֵייעֶר גַאנְץ לֶעבְּן. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הִיט מִיךְ אוּן הִיט דָאס קִינְד, דִי דָאקְטוֹרִים שְׁרֶעקְן מִיךְ אָן אַז עֶפֶּעס טוֹיג נִישְׁט אוּן דָאס מַאכְט מִיר אַזֶעלְכֶע פְּחָדִים אַז אִיךְ הַאלְט דָאס מַמָּשׁ נִישְׁט אוֹיס, גֶעבּ מִיר אַ גֶעזוּנְט קִינְד, אַ לִיכְטִיג קִינְד, אַ הֵיילִיג קִינְד. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק מַיין גַאנְצֶע לֶעבְּן, אִיך זָאל אֵייבִּיג טוּן נָאר גוּטֶע מַעֲשִׂים וָואס דוּ וֶועסְט הָאבְּן פוּן דֶעם אַ נַחַת רוּחַ, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ, יְ"יָ צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#21 - דאנק דעם אייבערשטן, וועסטו זען ניסים
תודה והודאה, רפואה, יענער, נסים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זארגט זיך נישט, איר וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף שיין וואקסן. איר זאלט נאר איין זאך טון, דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן, אייערע ליפן זאלן אלץ שעפשען דאנק ווערטער, ווי: "שכוח אייבערשטער", "איך ליב דיך אייבערשטער", "ביסט אזוי גוט צו מיר אייבערשטער", "איך דאנק דיך אייבערשטער"; דאס איז די סוד פון ניסים.


קוקט נישט אויף אנדערע, שטעלט זיך נישט מעסטן מיט יונגערע געשוויסטער וואס זענען אייך שוין איבערגעוואקסן, קוקט נישט אויף קיינעם.


 

#20 - יעדער זאל קומען צו יום כיפור קטן, איינרייסן פאר אידישע קינדער
תפילה והתבודדות, קבלה טובה, נסים, יום כיפור קטן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת קרח, ערב ראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש קרית ברסלב


זיי מודיע פאר די גאנצע שטעטל, אלע זאלן קומען היינט זאגן יום כיפור קטן.


מיר דארפן גרויסע ישועות, מען דארף איינרייסן פאר אידישע קינדער; עס איז דא אין שטעטל אפאר משפחות וואס דארפן גרויסע ניסים, איך וויל נישט ארויסשרייבן, מיר דארפן גרויסע ישועות און רפואות.


נעם צאם דעם עולם און זאגט אינאיינעם יום כיפור קטן, און יעדער זאל זיך פארנעמען עפעס צו פאררעכטן, תשובה טון - עס זאל זיין א זכות פאר די משפחות וואס דארפן יעצט גרויסע נסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#19 - די סגולה פון זאגן מזמור לתודה
קינדער, התחזקות, סגולות, רפואה, נסים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת קדושים, ב' אייר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דער דאקטער זאגט מען מוז מאכן זרוז - דעמאלט דארף מען פאלגן און מאכן, אבער אז זיי שלאגן פאר, זיי האלטן עס איז בעסער - דעמאלט דארפן מען אויסווארטן.


פארליר זיך נישט, שטארק זיך און שטארק דיין ווייב - וועט זיין גרויסע ניסים.


דו ווייסט דאך אודאי די סגולה פון זאגן מזמור לתודה (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן ב).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#18 - אז דו וועסט רעדן שיין אין שטוב, וועסטו זען גרויסע ניסים
שלום בית, פרנסה, נסים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מצורע, ה' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו וועסט רעדן שיין אין שטוב צו דיין ווייב - וועסטו זען גרויסע ניסים.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן סט): "עִקַּר הָעֲשִׁירוּת עַל יְדֵי הָאִשָּׁה", דער עיקר עשירות איז בזכות די ווייב; אז מען איז מכבד די ווייב, מען רעדט שיין, מען טענה'עט זיך נישט - באקומט מען גרויס שפע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#17 - איך בעט דעם אייבערשטן איך זאל אויסצאלן אלע איינגעשטעלטע ביז פסח
מוסדות, זיכוי הרבים, סיפורי צדיקים, פסח, נסים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני, כ' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


פאריאר ביסטו געווען פאר מיר ווי א מלאך פון הימל, האסט מיר געהאלפן באצאלן אלע מלמדים פון אונזער תלמוד תורה היכל הקודש, אלע זאלן זיין אויסגעצאלט ביזן יום טוב פסח.


איך דערצייל דאס א גאנץ יאר פאר ווער עס פרעגט מיר פארוואס היינטיגע טעג הערט מען נישט די מעשיות פון אמאליגע צייטן, געטראפן אן אוצר פון גאלדענע רענדלעך, אדער א מאלפע איז אריינגעפלויגן אין שטוב מיט גאלדענע רענדלעך; דערצייל איך זיי אז איך האב אזא מעשה, איך האב געוויינט צום באשעפער: "הייליגער באשעפער העלף מיר, איך האב א חדר, איך האב מלמדים, איך דארף זיי באצאלן, עס קומט נישט אריין גענוג געלט פון שכר לימוד זיי צו קענען באצאלן", אזוי האב איך געוויינט און געבעטן, פלוצלונג קומט צו מיר א איד און פרעגט מיר: "וויפיל דארפסטו נאך האבן צו באצאלן די מלמדים?" איך מאך א שנעלע חשבון און איך זאג אים: "בערך פופציג טויזנט דאלער", דער איד שיקט מיר א שליח מיט פופציג טויזנט דאלער; אלע וואס הערן דאס בלייבן שטיין מיט אן אפענעם מויל, מען זעט און מען פארשטייט אז אין די היינטיגע טעג איז אויך דא מעשיות פון ניסים.


איך בעט דעם אייבערשטן ער זאל מיר ווייטער העלפן איך זאל קענען גיין צום סדר נאכט האבנדיג באצאלט אלע מלמדים און טיטשערס. די לאסט, די עול - ווערט נאר מערער, עס ליגט אויף מיר היינטיגע טעג צו באצאלן מלמדים פון פיר תלמוד תורה'ס, ליבערטי, וויליאמסבורג, קרית יואל און ירושלים, און דריי מיידל שולעס, ליבערטי, וויליאמסבורג און קרית יואל. איך גלייב אז דער אייבערשטער וועט מיך נישט פארלאזן, ער וועט מיר העלפן און מיר געבן כח אנצוגיין מיט די ארבעט.


שטארק זיך, זיי ממשיך מיט דיין עבודת הקודש פון מחזק זיין אידישע קינדער. נישטא קיין גרעסערע און הייליגערע זאך ביים אייבערשטן ווי צוריקברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן.


איך האב געזען א ווארט פון ריי"ץ פון ליובאוויטש זכותו יגן עלינו, די תורה הויבט זיך אן מיט די מצוה פון פרי' ורבי', זאל זיך די הייליגע תורה אנהויבן מיט עפעס הייליגע זאכן, וואס עפעס הויבט זיך עס אן מיט אזא מצוה פון פרי' ורבי'? נאר דאס געבט אונז צו פארשטיין וואס איז די הייליגסטע זאך ביים אייבערשטן 'ברענג נאך א איד צום אייבערשטן'; ביסט א איד - מאך נאך א איד.


א פרייליכן כשר'ן יום טוב.

#16 - מען קען נישט קויפן און פארקויפן נאר מיט א גוטע הכשר
תפילה והתבודדות, תודה והודאה, שטעטל, פרנסה, כשרות, נסים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקהל, י"ט אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


געב אכטונג נישט צו פארקויפן זאכן אן א הכשר, לעצטנס האבן אנשי שלומינו אנגעהויבן פארקויפן פערטיגע עסן; עס איז זייער גוט אז מען שטיצט זיך איינער דעם צווייטן, אבער עס דארף האבן אן הכשר, מען קען נישט קויפן און פארקויפן נאר מיט א גוטע הכשר.


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב, דער אייבערשטער האט געמאכט ניסים מיט דיר ביז אהער, ער וועט מאכן ניסים מיט ענק ווייטער און ווייטער. דער הייליגער רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט, ווען א מענטש דערציילט די ניסים וואס דער אייבערשטער האט געמאכט מיט אים - מאכט דער אייבערשטער נאך ניסים.


גיי יעדן טאג א שפאציר אין דיין פעלד פאר אפאר מינוט; דאנק דעם אייבערשטן און בעט אים אויף ווייטער.

#15 - אז דו וועסט זיך דערהאלטן וועסטו זען א גרויסער נס
שלום בית, התחזקות, רפואה, נסיונות, נסים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תשא, ט"ו אדר א', שושן פורים קטן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר פארליר זיך נישט; דיין ווייב וועט זיין געזונט און שטארק. עס פאסירט אמאל אזעלכע זאכן, א פרוי פאלט פון די כוחות; נעם איר צום דאקטער, עס איז דא גוטע מעדעצין, זי וועט זיין געזונט און שטארק; מען קען האבן א גוטע זיסע לעבן אפילו ווען די ווייב דארף נעמען מעדעצין פאר די נערווען.


איך בעט דיר זייער, ווער נישט צעפאלן; דאס אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר איז למען הבחירה והנסיון, פארליר זיך נישט; אז דו וועסט זיך דערהאלטן וועסטו זען א גרויסער נס.


דו זאלסט איר נאר אויפבויען, אויפהייבן; רעדן גוטע און שיינע ווערטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#14 - א מענטש ווייסט נישט ווי גוט דער אייבערשטער איז צו אים
תפילה והתבודדות, תודה והודאה, רפואה, נסים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תשא, י"ג אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא קרית ברסלב


אייער מאמע האט מיר געשריבן אז איר האט זיך צעבראכן אייער אקסל השם ישמרינו, איך בעט דעם אייבערשטן פאר אייך איר זאלט האבן א שנעלע גאנצע רפואה.


האט נישט קיין תרעומות אויפ'ן אייבערשטן, זאגט: "גם זו לטובה", דאנקט דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס ער טוט פאר אייך. א מענטש ווייסט נישט ווי גוט דער אייבערשטער איז צו אים, וויפיל ניסים דער אייבערשטער טוט מיט אים, די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (מדרש תהלים מו, א) אויפ'ן פסוק (תהלים קלו, ד): "לְעֹשֵׂה נִפְלָאוֹת גְּדֹלוֹת לְבַדּוֹ", דער אייבערשטער טוט וואונדערליכע ניסים, "מַהוּ לְבַדּוֹ, הוּא לְבַדּוֹ יוֹדֵעַ מַה שֶׁעוֹשֶׂה לָךְ", נאר דער אייבערשטער ווייסט פון דעם, "כִּי לְעוֹלָם חַסְדּוֹ".


וואויל איז דעם וואס זינגט טאג און נאכט: "שכוח אייבערשטער"; וועט ער זוכה זיין: "כִּי לְעוֹלָם חַסְדּוֹ", צו זען שטענדיג נאר חסדים.

#13 - לכבוד די גרויסע נס נעם זיך פאר צו דאווענען מיט מנין און לערנען א בלאט גמרא
תודה והודאה, גמרא, דאווענען, נסים, מנין

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תרומה, ב' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך האב געהערט די גרויסע נס וואס דער אייבערשטער האט דיר געמאכט, דו ביסט ארויס פון די עקסידענט געזונט און שטארק; די קאר איז געווארן אינגאנצן צעשמעטערט, און דו ביסט לעבעדיג, געזונט און שטארק; זע צו בענטשן ברכת הגומל.


לכבוד די גרויסע נס וויל איך דיר בעטן דו זאלסט זיך פארנעמען מוסיף צו זיין בעבודת השם, נעם זיך פאר צו זיין שטארק אין די דריי תפילות – שחרית, מנחה און מעריב, צו דאווענען מיט מנין דוקא.


אויך זאלסטו זיך מקבל זיין צו לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא; דאס היט דעם מענטש ברוחניות ובגשמיות. דער הייליגער רבי זאגט (ספורי מעשיות, מעשה ז' - מזבוב ועכביש) כל זמן דער בלאט באשיצט דעם מענטש – דארף מען נישט מורא האבן פון קיינעם; מוהרא"ש זאגט, דאס גייט ארויף אויפ'ן לימוד דף גמרא בכל יום.


 


 

#12 - קוקן גוטס אויף זיך אליינס
שמחה, שלום בית, התחזקות, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, שיעורים כסדרן, נסים, נקודות טובות, עצות, חודש אדר

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת משפטים, מברכים חודש אדר א', כ"ו שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש תושבי ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


מיר האבן געבענטשט דעם שבת - חודש אדר, די יאר האבן מיר צוויי אדר'ס. די הייליגע חכמים זאגן (תענית כט.): "מִשֶּׁנִּכְנַס אֲדָר מַרְבִּין בְּשִׂמְחָה"; די יאר האבן מיר צוויי חדשים צו פארמערן מיט שמחה, ווי אזוי קען מען זיין פרייליך? ווי אזוי ווערט מען פרייליך? א מענטש זאגט: 'אדרבה, איך וויל זיין פרייליך, אבער איך בין אזוי צעבראכן פון וואס עס גייט אויף מיר אריבער, פון וואס איך לייד אלץ, אפגערעדט פון מיינע נסיונות, מיינע נפילות וואו דער יצר הרע ווארפט מיר אראפ, ווי אזוי קען איך זיין פרייליך?'


דער ענטפער איז, דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א וועג ווי אזוי צו קוקן אויף זיך, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפב; חלק ב', סימן י): "זוך אויף אין זיך גוטע נקודות, זוך גוטס אין זיך אליינס; זיי זיך מחי' מיט דעם וואס דו ביסט א איד, שלא עשני גוי!"


מוהרא"ש דערציילט, דער הייליגער צדיק הרב הקדוש רבי צדוק הכהן מלובלין זכותו יגן עלינו ברענגט אין זיין ספר פרי צדיק, א מורא'דיגע מעשה (חג השבועות, אות יג). דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו פלעגט יעדן טאג זאגן די ברכות השחר הויך אויפ'ן קול, איין טאג האט ער פארפעלט צו זאגן די ברכה "שלא עשני גוי", איז איינער צוגעגאנגען צו אים און געזאגט: "רבי, איר האט אויסגעלאזט א ברכה, די ברכה פון שלא עשני גוי", האט אים דער הייליגער קדושת לוי געזאגט: "איך האב שוין געמאכט היינט די ברכה! ווען איך בין אויפגעשטאנען אינדערפרי בין איך געווען זייער צעבראכן ביי זיך, איך האב נישט געקענט טרעפן קיין שום זאך מיט וואס איך זאל זיך קענען מחי' ומחזק זיין, האב איך געטראכט צו מיר: 'א איד בין איך דאך, איך בין נישט קיין גוי', און פון גרויס שמחה האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטן און איך האב גלייך געמאכט די ברכה 'שלא עשני גוי', מיט דעם האב איך זיך מחי' געווען".


זעט מען פון דעם, אז אויב אזא הייליגע צדיק, וואס דער רבי האט אים אנגערופן "פאר הדור" (עיין שיחות הר"ן, סימן קצו) - האט נישט געהאט מיט וואס זיך צו מחזק זיין, נאר מיט'ן "שלא עשני גוי", איז דאך זיכער אז מיר קליינטשיגע מענטשעלעך, וואס מיר זענען טאקע גארנישט - דארפן מיר זיכער נעמען דעם "שלא עשני גוי" און זיך מחזק זיין מיט דעם, טראכטן שטענדיג צו זיך: 'ברוך ה' איך בין נישט קיין גוי טמא, איך בין א איד!'


אז דו וועסט גוט אריינקוקן אין זיך וועסטו זען אז דו ביסט נישט אזוי שלעכט, דו ביסט אנגעפילט מיט אזויפיל גוטס; 'ברוך ה' פיאות האב איך, א בארד האב איך, איך לייג טלית און תפילין, איך גיי מיט ציצית, איך עס כשר'ס, איך האב א מזוזה' - די אלע זאכן מאכן פרייליך.


ווער רעדט נאך אז מען איז זוכה, מען לערנט אביסל חומש רש"י יעדן טאג, - דאס איז דאך ממש א פארמעגן! מען לערנט משניות, גמרא - דאס מאכט פרייליך, "פִּקּוּדֵי ה' יְשָׁרִים מְשַׂמְּחֵי לֵב (תהלים יט, ט)", מען ווערט פרייליך, מען ווערט אויסגעלייזט, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (אבות ו, ב): "אֵין לְךָ בֶן חוֹרִין", ווער איז אויסגעלייזט? "אֶלָּא מִי שֶׁעוֹסֵק בְּתַלְמוּד תּוֹרָה", נאר דער וואס לערנט תורה.


שטארקט אייך טייערע חברים, לאמיר זיך שטארקן מיט די שיעורים כסדרן, לאמיר זיך שטארקן מיט די זיסע ליכטיגע עצות פון רבי'ן; די עצה פון קוקן גוטס אויף זיך אליינס, פון זיך אליינס ליב האבן, פון זיך מחי' זיין מיט אונזערע דריי עקיגע דאווענען. דער הייליגער תם פלעגט נעמען זיין שיך וואס האט געהאט א פנים ווי דריי עקן, ער האט זיך אזוי מחי' געווען דערמיט, ער האט זיך געזינגען (ספורי מעשיות, מעשה ט', מחכם ותם): "מיין טייערע שיכעלע, מיין ליבער שיכעלע, מיין וואוילע האניגדיגע שיכעלע", ווען דער רבי האט אויסגעפירט די מעשה האט דער רבי געזאגט: "אז דער דאווענען איז אזוי ווי דריי עקן, פארשטיי גוט ווי אזוי מען קען אפלעבן א לעבן מיט א שיך מיט דריי עקן, און זיך אזוי מחי' זיין און זיך אזוי פרייען און האבן א פרייליכע לעבן, מער ווי דער וואס פאלט אין חכמות".


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך קומען אין אפאר וואכן ארום קיין ארץ ישראל, איך וועל באזוכן ביי אייך אין שול. איך בענק שוין זייער, איך ווארט שוין זייער אייך צו טרעפן, צו הערן פון יעדן איינעם זיינע סיומים, צו הערן יעדנ'ס מופתים; די עכטע מופתים - וואס מען האט באקומען פון רבי'ן.


וואס איז א מופת? א מופת איז, אז מען קוקט זיך אן און מען געבט א טראכט: 'ווער בין איך געווען? ווי אזוי האב איך אויסגעזען? איך ווייס דאך יא ווער איך בין, איך האב געטראפן דעם רבי'ן, דער רבי האט מיך געברענגט צו אזעלכע שיינע זאכן; איך האב שיעורים, איך בין זיך מתבודד, איך האב שלום בית', שלום בית איז די גרעסטע מופת פון רבי'ן; 'איך ענטפער נישט אין שטוב, איך שלינג אראפ ווען זי זאגט מיר'; אוי איז דאס א מופת, נאר דער רבי קען באווייזן אזעלכע מופתים, נעמען א מענטש און אים מאכן נישט ענטפערן... 'איך ווייס דאך יא ווער איך בין, און קוק וואס דער רבי האט געטון מיט מיר'.


א אינגערמאן פון ענקער חבורה האט מיר געשריבן די וואך אזא שיינע מופת, איך מוז אייך שיקן א קליינע שטיקל פון די בריוו:


דער אייבערשטער האט געמאכט מיט מיר א נס אז איך בין מקורב געווארן צו היכל הקודש.


איך בין אהיימגעקומען פרייטאג צו נאכטס נאכ'ן דאווענען, און איך זע אז דער שבת טיש איז א באלאגאן, נאך פול מיט מוקצה זאכן, די בענקלעך זענען נאך איבערגעדרייט אויפ'ן טיש פון אויפוואשן די ערד פריער, און מיין ווייב שלאפט נאך א שווערע וואך ארבעט.


איך טראכט צו זיך וואס איך וואלט געטון אין אזא צייט, ווען איך זאל נישט זיין מקורב צום ראש ישיבה שליט"א, עס וואלט ארויס א געדיכטע רויך פון הויז. דער אייבערשטער האט אבער רחמנות געהאט אויף מיר, איך האב גלייך געבעטן דעם אייבערשטן איך זאל זיך נישט אויפרעגן, מיר זאלן האבן א פרייליכער שבת אפילו די הויז זעט אזוי אויס, איך האב ברוך ה' מסדר געווען און צוגעגרייט דעם שבת טיש, און מיר האבן געהאט א פרייליכע סעודה.


די זעלבע האט זיך איבערגע'חזר'ט שבת אינדערפרי, איך קום אן אהיים, און אלעס ליגט נאך פונקט אזוי ווי מ'האט עס איבערגעלאזט נעכטן נאכט נאך די סעודה, ווען מען איז געווען מיד און מ'איז געגאנגען שלאפן אן אפרוימען דעם טיש. יעצט האלט איך נאך פאר'ן קידוש מאכן, מיין ווייב האט שוין קידוש געמאכט פאר די קינדער און איז געגאנגען שלאפן נאך א שווערע פולע וואך מיט די קינדער, ווען יעדע נאכט טיילן זיך די קינדער איין, יעדע שעה וויינט א צווייטער און וועקט אונז אויך, און איך האלט יעצט איינס אזייגער נאכמיטאג, נאך גארנישט געגעסן היינט, און איך בעט ווידער דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף מיר, איך זאל נישט ווערן אין כעס, איך זאל זיך האלטן פרייליך, און ברוך ה' דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן, אום דריי אזייגער האבן מיר געקענט אנהויבן די סעודת שבת קודש.


איך דאנק דעם אייבערשטן און איך דאנק דעם ראש ישיבה שליט"א, איך קען אפילו נישט טראכטן ווי אזוי איך וואלט געלעבט אן די עצות פון הייליגן רבי'ן, אז איך זאל קענען בלייבן פרייליך, און מיין ווייב זאל אפילו נישט כאפן ווי אזוי די הויז האט אויסגעזען ווען איך בין אהיימגעקומען, און ווי לאנג איך האב געווארט אויף איר מיט סבלנות אז זי זאל זיך קענען אפרוען אביסל, און זי ווייסט נישט ווי שטארק איך האב געדארפט ארבעטן אויף זיך, נישט זיך אויפצורעגן און זיין פרייליך, נאר דורכ'ן אסאך בעטן דעם אייבערשטן.


יישר כח פאר אלע עצות און חיזוק, ווי אזוי זיך צו קענען דערהאלטן אין יעדן מצב.


איך דארף מקצר זיין, איך מוז אהיים לויפן העלפן מיין ווייב.


א פרייליכן ליכטיגן שבת און א גוטן חודש.

#11 - קען מען בעטן דעם אייבערשטן פאר א נס?
תפילה והתבודדות, אמונה, נסים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וירא, י"ג מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


אויף אייער פראגע, מען רעדט אזויפיל אין ישיבה אז מען קען בעטן אלעס פונעם אייבערשטן, פרעגט איר 'דעמאלט וואס מיינט תפלת שוא? די הייליגע חכמים זאגן דאך (ברכות נד.) אז אויב מען דאווענט ווען מען ווארט שוין א קינד עס זאל ווערן א אינגל איז דאס א תְּפִלַּת שָׁוְא!'


איר וועט דאס פארשטיין מיט אן הקדמה. חכמינו זכרונם לברכה פרעגן (שם ס.) מיר זעען דאך ביי איינע פון די פיר הייליגע אמהות, לאה, אז זי האט געבעטן דעם אייבערשטן ווען זי האט געזען ברוח הקודש אז זי ווארט א אינגל, עס זאל ווערן א מיידל כדי איר שוועסטער רחל זאל נישט פארשעמט ווערן און האבן נאר איין קינד, און מיט תפילה האט זי איבערגעדרייט און דאס קינד איז געווארן א מיידל, דינה; זעען מיר קלאר אז מען קען יא בעטן א תְּפִלַּת שָׁוְא! ענטפערט די הייליגע גמרא: "אֵין מַזְכִּירִין מַעֲשֵׂה נִיסִים", פרעג נישט פון א מעשה פון א נס!


לכאורה איז שווער, ווי אזוי האט לאה געבעטן פאר די נס? אויך איז דא א מחלוקת (תנחומא ויצא, ח), רב הונא זאגט נאך בשם רבי יוסי: "אֵינוֹ כֵן", עס איז נישט אזוי ווי דער תנא זאגט: "הָיְתָה אִשְׁתּוֹ מְעֻבֶּרֶת וְאָמַר יְהִי רָצוֹן שֶׁתֵּלֵד אִשְׁתִּי זָכָר, הֲרֵי זוֹ תְּפִלַּת שָׁוְא, אֶלָּא אֲפִלּוּ עַד שָׁעָה שֶׁתֵּשֵׁב עַל הַמַּשְׁבֵּר", נאר ביז מען געבוירט דאס קינד, "יִתְפַּלֵּל שֶׁתֵּלֵד זָכָר", זאל מען בעטן דעם אייבערשטן עס זאל זיין א אינגל, "לְפִי שֶׁאֵין קָשֶׁה לִפְנֵי הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", ווייל עס איז נישט קיין שווערע זאך ביים אייבערשטן, "לַעֲשׂוֹת אֶת הַנְּקֵבוֹת זְכָרִים", צו מאכן פארקערט, "וְאֶת הַזְּכָרִים נְקֵבוֹת".


נאר וואס דען? מען קען זאגן אז דאס איז בכלל נישט קיין קשיא, און עס איז נישט קיין מחלוקת; מען רעדט דא פון צוויי סארט מענטשן, איינער איז א מענטש וואס האט נישט אזא קלארע אמונה, ער איז אונטער געווארפן אונטער טבע, מקרה און מזל, ער גלייבט אז עס איז דא א באשעפער וואס האט באשאפן די וועלט, אבער ער האלט אז עס איז דא א טבע; אזא איינער קען נישט בעטן אויף אלעס, ביי אים איז דא 'תְּפִלַּת שָׁוְא', ביי אים איז דא 'אֵין מַזְכִּירִין מַעֲשֵׂה נִיסִים'.


נאכדעם איז דא איינער וואס פון איין זייט איז ער א פשוט'ער מענטש, אבער ער איז מקורב צום צדיק, דער צדיק שיינט אריין אזא שטארקע אמונה, ער ברענגט זיינע מענטשן צו אזא הויכע דרגה אין אמונה, עס איז מער נישטא קיין טבע, קיין מקרה און קיין מזל; עס איז די זעלבע נס דאס אטעמען, זען, הערן, רעדן, טאפן, גיין – ווי האבן א קינד און איבערדרייען פון א נקבה צו א זכר; ביי אזעלכע מענטשן איז - "אֵין קָשֶׁה לִפְנֵי הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא" – גארנישט שווער ביים אייבערשטן, ביי די מענטשן איז דאס נישט א תפלת שוא, צו זיי רערט רבי יוסי און זאגט זיי: "אֲפִלּוּ עַד שָׁעָה שֶׁתֵּשֵׁב עַל הַמַּשְׁבֵּר יִתְפַּלֵּל שֶׁתֵּלֵד זָכָר"; ווידער די ערשטע שיטה, די חכמים – זיי רעדן צום המון עם, מענטשן וואס זעען א טבע'דיגע וועלט, א מזל'דיגע מענטש, א גוטער פאסירונג, א שלעכטע פאסירונג; פאר זיי זאגט מען 'תְּפִלַּת שָׁוְא' און 'אֵין מַזְכִּירִין מַעֲשֵׂה נִיסִים'.


שטארקט אייך מיט אמונה פשוטה, נעמט אריין אין זיך אז אלעס איז אין סוף ברוך הוא; דומם, צומח, חי און מדבר – הכל לכל עצם עצמיות חיות אלקותו יתברך, ביז איר וועט שפירן ביים בעטן דעם אייבערשטן, ביי יעדע זאך, "אֵין קָשֶׁה לִפְנֵי הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", גארנישט איז שווער צו באקומען.

#10 - בעטן אויף אלעס, אבער נישט אויף א שלא כדרך הטבע
תפילה והתבודדות, סיפורי צדיקים, נסים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ז אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישט קיין סתירה דאס וואס דער רבי זאגט (ספר המדות תפילה, סימן יט): "אָסוּר לְהַטְרִיחַ אֶת הַשֵּׁם לְשַׁנּוֹת אֶת הַטֶּבַע", מען טאר נישט מטריח זיין דעם אייבערשטן זאל טוישן די טבע, מיט דעם וואס דער רבי זאגט (שם, סימן לז): "עַל כָּל הַדְּבָרִים, הֵן עַל דָּבָר גָּדוֹל הֵן עַל דָּבָר קָטָן, תִּתְפַּלֵּל", אויף יעדע זאך, סיי קלייניקייטן און סיי גרויסע זאכן, אויף יעדע זאך זאל מען בעטן דעם אייבערשטן; ווייל חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כד.) עס איז געווען אמאל ביים אמורא רבי יוסי דמן יוקרת, ער האט געדינגען ארבעטערס זאלן ארבעטן אין זיין פעלד, די ארבעטערס האבן געווארט אונטער א פייגן בוים אז זייער בעל הבית רבי יוסי זאל זיי ברענגען עסן, ווען זיי האבן געזען אז ער קומט נישט, האבן זיי זיך געוואנדן צו זיין זון און אים געבעטן: "ברענג אונז עסן, מיר זענען זייער הונגעריג", רופט זיך אן רבי יוסי'ס זון: "תאנה, תאנה", פייגנבוים, פייגנבוים, "הוציאי פירותיך", געב ארויס דיינע פייגן, "ויאכלו פועלי אבא", מיין טאטנ'ס ארבעטערס זאלן האבן וואס צו עסן; דער קינד האט געבעטן דעם אייבערשטן אויף א זאך וואס איז קעגן די טבע און אז מען בעט דעם אייבערשטן העלפט ער, "אפיקו ואכלו", עס איז געשען די נס, די בוים האט ארויסגעגעבן אויפ'ן פלאץ פרישע פייגן, די ארבעטערס האבן געגעסן און זיי זענען זאט געווארן, גלייך נאכדעם איז רבי יוסי געקומען און זיך אנטשולדיגט פאר זיינע ארבעטערס, ער האט זיי געבעטן זיי זאלן אים מוחל זיין פאר'ן קומען שפעט, "דהאי דנגהנא אמצוה טרחנא", דאס וואס איך האב זיך אזוי פארזוימט, ווייל איך בין געווען פארנומען מיט א מצוה און עס האט זיך פארשלעפט ביז יעצט; זאגן אים די ארבעטערס: "רחמנא לישבעך כי היכי דאשבען ברך", דער אייבערשטער זאל דיר זעטיגן אזוי ווי דיין זון האט אונז געזעטיגט, האט זיך רבי יוסי געוואונדערט 'פון וואו האט ער געהאט עסן פאר אייך אלע?' האבן זיי אים דערציילט די גאנצע מעשה, האט ער געזאגט פאר זיין זון, מען טאר נישט אזוי בעטן: "אתה הטרחת את קונך להוציא תאנה פירותיה שלא בזמנה", דו האסט געבעטן דער אייבערשטער זאל ארויסגעבן די פייגן פאר די צייט? מען טאר נישט אזוי בעטן! ער וואלט געדארפט בעטן: "הייליגער באשעפער, העלף די מענטשן זאלן האבן צו עסן", נישט בעטן אויף א שלא כדרך הטבע'דיגע וועג.


וואויל איז דעם מענטש וואס לעבט מיט תפילה, זיין לעבן איז תפילה; אזוי ווי דוד המלך זאגט (תהלים מב, ט): "תְּפִלָּה לְאֵל חַיָּי".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#9 - נאך אביסל וועט איר זוכה זיין צו גרויסע נסים
ישועות, תהלים, נסים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת במדבר, כ"ט אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר וזוגתו ... תחי', קרית ברסלב ליבערטי


זייט אייך מחזק, שטארקט אייך אינאיינעם; ענקער ישועה שטייט שוין ביים טיר, נאך אביסל וועט איר זוכה זיין צו גרויסע נסים.


ביידע פון אייך זאלן זיך מקבל זיין צו זאגן יעדן טאג תהלים, פרובירט צו ענדיגן יעדע וואך דעם ספר תהלים, יעדן טאג זאלט איר זאגן דעם יום.


ברענגט נישט אריין אין שטוב קיין טעלעפאן, טעבלעט וכדומה – וואס האט אינטערנעט, האלטס די שטוב ריין און הייליג.


איך בין מתפלל פאר אייך, איך בין זיכער אז איר גייט זען אט אט א גרויסע נס.

#8 - פון די מצוה פון כיבוד אב ואם פארדינט מען נאר
כיבוד אב ואם, ישועות, נסים, מירון

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ד אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


ברוך ה' איך בין צוריק געקומען פון ארץ ישראל געזונטערהייט.


איך בין געווען ל"ג בעומר אין מירון, איך האב אסאך מתפלל געווען פאר דיר. איך האב אלעמען אינזין, איך בעט פאר אלעמען בכלליות, אבער דיין נאמען איז עפעס אנדערש, איך בעט פאר דיר בפרטיות. גלייב מיר, איך ווארט אויף דיין ישועה נאך מער ווי דו אליינס ווארטסט, אדער על כל פנים פונקט ווי דו ווארטסט דערויף; עס שטעכט מיר אין הארץ ווען איך טראכט פון דיר, איך גלייב אז דו וועסט בקרוב אויפגעראכטן ווערן.


איך האב געהאט א נס אין מירון. איך בין געווען ביי מיין טאטע'ס הדלקה - אין חדר פון זיין בית המדרש מראה יחזקאל קארלסבורג, נאכן הדלקה, נאך די טענץ האב איך געטראכט אז איך לויף שוין ארויף צו די מערה, איך וויל מיטהאלטן די הדלקה, די פייערדיגע טענץ. נאכדעם טראכט איך אז מיין טאטע גייט יעצט מאכן די סעודה, וועל איך בלייבן, איך וויל טון כיבוד אב ואם, זיצן ביי זיין טיש, איך וועל שוין גיין שפעטער.


נאך די סעודה האט מען געהערט די שרעקליכע נייעס; איך ווייס נישט אויב איך וואלט געווען ביי יענעם פלאץ, קען זיין יא, קען זיין נישט - על כל פנים פון די מצוה פון כיבוד אב ואם פארדינט מען נאר, בזה ובבא.

#7 - האסט אוועקגעלייגט דיין טעבלעט, ביסטו ארויס פון תפיסה
שלום בית, קאמפיוטער, טעלעפאן, נסים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דיין ווייב דערציילט מיר מיט איין שמחה די גוטע נייעס אז דו האסט אוועקגעלייגט דיין טעבלעט, זי איז אזוי פרייליך דיר צוריק צו האבן אין שטוב געזונטערהייט.


פרעג דעם דיין שליט"א אויב דו זאלסט בענטשן ברכת הגומל, ווייל ווען מען קומט ארויס פון תפיסה דארף מען בענטשן ברכת הגומל (שלחן ערוך אורח חיים סימן ריט, סעיף א); די שאלה איז ווען מען לייגט אוועק דעם טעבלעט און מען ווערט א בן חורין, מען קען אהיים קומען, מען קען לעבן - אפשר זאל מען בענטשן גומל.


געדענק'זשע די ניסים וואס דער באשעפער האט מיט דיר געטון, דו ביסט געווען א בחור, אן אומבא'טעמ'טער בחור, עס איז געקראכן אויף דיר לייז; דער אייבערשטער האט דיר געברענגט א מתנה פון הימל אן אשת חיל, זאלסטו טון אלעס אויף די וועלט זי זאל זיין פרייליך; זי איז א ריכטיגע אשת חיל.

#6 - איך בין זיכער אז דו וועסט זען גרויסע ניסים
קינדער, אומאן, נסים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בין געווען ביים רבינ'ס ציון, איך האב אזוי געוויינט צום רבי'ן פאר דיר אז דו זאלסט זוכה זיין צו האבן קינדער, איך בין זיכער אז דו וועסט זען גרויסע ניסים.


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב תחי'; הער נישט אויף דאנקען דעם אייבערשטן אויף די חסדים וועט דער אייבערשטער מאכן מיט דיר גרויסע ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#5 - שרייב ביים סוף פונעם תהלים ווען און וויפיל מאל דו האסט געענדיגט
תודה והודאה, תהלים, נסים

בעזרת ה' יתברך


            יום ב' פרשת תולדות, ערב ראש חודש כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


אויב איר ווילט דער אייבערשטער זאל מאכן מיט ענק ניסים זאלט איר נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן, ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן מאכט דער אייבערשטער נאך און נאך ניסים.


איך האב זייער אסאך נחת פון דיר און דיין מאן; איך קוק ענק זייער ארויף, ביי מיר זענט איר זייער חשוב.


ווען דו האסט אביסל צייט זאלסטו זאגן תהילים; פרוביר צו זאגן יעדן טאג דעם "יום תהילים" און ווען דו ענדיגסט ספר תהילים זאלסטו דאס אויפשרייבן ביים לעצטן בלעטל - ווען דו האסט געענדיגט און דעם וויפילטן מאל.

#4 - מיט אמונה פשוטה קען מען זוכה זיין צו ניסים
שלאפן, שמחה, חיזוק פאר פרויען, רפואה, נסים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך בין אזוי פרייליך אז דיין מאן זיצט און לערנט, ער נוצט אויס רוב טאג מיט עבודת ה' יתברך; איך הער זייער גוטע גרוסן אויף אים, אז ער נוצט אויס די צייט מיט תורה ותפלה.


שטארק זיך; מיט אמונה פשוטה קען מען זוכה זיין צו ניסים, צו אפענע ניסים. דו וועסט נאך זיין אזוי געזונט, אלע פחדים און בלבולים וועלן אוועק גיין; דער אייבערשטער איז זייער גרויס, תפלה איז זייער גרויס, תפלה טוישט די נאטור, תפלה בייט איבער די טבע.


זע גוט צו עסן און גוט צו שלאפן; אז דו קענסט נישט איינשלאפן זאלסטו סתם ליגן אין בעט זיך אפרוען.


אויך זאלסט הערן אסאך לעבעדיגע מוזיק.

#3 - דער אייבערשטער האט געמאכט א נס אז דאס קינד איז געזונט
קינדער, חיזוק פאר פרויען, רפואה, שערן די האר, נסים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וזאת הברכה, י"ג תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר האט מיר זייער דערפריידט מיט די בשורה וואס דער דאקטער זאגט, אז ער מיינט עס איז א טעות, ער זאגט אז דאס קינד איז געזונט און שטארק; עס איז נישט קיין טעות, עס איז א נס! איך האב אזויפיל געבעטן פאר אייער קינד דעם ראש השנה און יום כיפור, איך בין זיכער אז דא וועט זיין גרויסע ניסים.


ווען איך האב געבעטן פאר'ן קינד האב איך גע'טענה'ט צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, בזכות די מסירת נפש וואס די מאמע פונעם קינד האט געטון, זי האט זיך אפגעשוירן איר האר נאר פאר דיינעט וועגן, פאר דעם אליינס זאל זי האבן א נס".


איך וועל נאך דערציילן ברבים פאר אלע די גרויסע נסים וואס דא וועט זיין.

#2 - נישט רעדן ביים דאווענען
תפילה והתבודדות, בית המדרש, נסים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהר-בחקותי, כ"א אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך וויל דיר בעטן א זאך וואס גייט דיר זיין זייער שווער צו טון, אבער אז דו וועסט עס טון וועסטו זען זייער גרויסע ניסים: "נישט רעדן ביים דאווענען".


זיי זיך מקבל נישט צו רעדן אין שול בשעת מען דאווענט; אויב עס פאסירט אז דו דארפסט זייער וויכטיג רעדן, מען רופט דיר וכו', מען פרעגט דיר וכו' – זאלסטו ארויסגיין אינדרויסן פון שול און דארט ענטפערן, אבער אין שול זאלסטו נישט רעדן.


דאס איז נישט קיין גרינגע זאך, בפרט ווען מען איז צוגעוואוינט פאר צענדליגער יארן צו רעדן, שמועסן און פלוישן ביים דאווענען; אבער אז דו וועסט פרובירן נישט צו רעדן, דו וועסט בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם – וועסטו דאס קענען באווייזן.


איך שרייב דיר דאס נאר ווייל איך ליב דיר, איך זוך דיין הצלחה.


דער בריוו איז נישט סתם געשריבן, דאס איז אן הבטחה.

#1 - דער אייבערשטער האט אייך געמאכט ניסים, און ער וועט אייך אויך ווייטער העלפן
חיזוק פאר פרויען, זכותים, נסים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, ז' ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאנקטס דעם אייבערשטן אויף די גרויסע נס וואס ער האט געמאכט מיט אייך, דערציילט פאר אלעמען די נס וועט דער אייבערשטער מאכן מיט אייך נאך גרויסע ניסים.


פארוואס זאלט איר זארגן און זוכן פון אונטער דער ערד זאכן פון וואס צו ווערן מבולבל? פארוואס זאלט איר טראכטן אז איר האט מער נישט קיין זכותים ווייל אלע זכותים האבן זיך אויסגענוצט יעצט ביי די גרויסע נס וואס דער אייבערשטער האט געמאכט מיט אייך? אפילו איר האט אויסגענוצט אלע אייערע זכותים קענט איר אין איין רגע זוכה זיין צוריק האבן אזויפיל זכותים, יעדע רגע וואס מען טראכט פונעם אייבערשטן איז ווערד מער פון די גאנצע געלט, גאלד און זילבער וואס איז דא אויף די וועלט, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, יז): "יָפָה שָׁעָה אַחַת בִּתְשׁוּבָה וּמַעֲשִׂים טוֹבִים בָּעוֹלָם הַזֶּה, מִכָּל חַיֵּי הַעוֹלָם הַבָּא", עס איז מער ווערד איין מינוט תשובה און גוטע מעשים וואס מען טוט אויף די וועלט, מער פון אלעס אויף יענע וועלט, "וְיָפָה שָׁעָה אַחַת שֶׁל קוֹרַת רוּחַ בָּעוֹלָם הַבָּא, מִכָּל חַיֵּי הָעוֹלָם הַזֶּה", און איין מינוט אויף יענע וועלט איז מער פון אלע גוטס אויף די וועלט; זעט מען אז מען קען זוכה זיין אין איין רגע, אין איין מינוט אנצוקומען צו די גרעסטע מדריגה.


שטארקט אייך און זייט אייך נישט מבלבל פון קיין שום זאך, און אז דער אייבערשטער האט אייך געראטעוועט פון אזא אומגליק, איר האט געהאט אזא אפענע נס זאלט איר נאר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן און דערציילן פאר אלעמען די גרויסע נס, וועט איר זען נאך ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.