בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אז דער מאן וויל ברסלב, דארף מען אים רודפ'ן?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, מוסדות, חסידות ברסלב, סבלנות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וזאת הברכה ב', י"ב תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך ווייס נישט ווער פון אייער משפחה טשעפעט אייך וועגן ברסלב, וועגן היכל הקודש; איך קען אייך איין זאך זאגן, אייער שווער שליט"א איז געקומען צו מיר נישט איין מאל, נישט צוויי מאל, נאר מערערע מאל, ער האט מיר זייער ליב, ער האט מיט מיר גערעדט מיט זייער א שטארקע ליבשאפט, ער האט מיר קלאר געזאגט: "איך בין נישט קיין ליגנער, איך גיי נישט זאגן אז עס שמעקט מיר און אז איך וויל מיינע קינדער זאלן גיין קיין ברסלב, אבער אז זיי זענען אנגעקומען אין היכל הקודש, דאנק איך דעם אייבערשטן", ער האט גערעדט מיט מיר לאנגע שעות מיט א שטארקע ליבשאפט, ער האט מיר געזאגט: "מיינע קינדער טוען וואס מיינע הייליגע זיידעס האבן געטון, זיי זענען אויך געלאפן צו צדיקים, זיי זענען אוועק געלאפן פון שטוב צו צדיקים, געזוכט און געזוכט וואו עס איז דא אן ערליכער איד וואס וועט זיי ברענגען נאנט צום אייבערשטן"; ובכן, ווייס איך נישט ווער עס טשעפעט אייך און פון וועם איר האט אזוי מורא.


דאנקט דעם אייבערשטן אז איר האט א מאן א ירא שמים מיט גאלדענע מידות, און אז ער איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן - קומט אים נישט דעם טויט, און אז ער וויל אריינשיקן די קינדער צום רבינ'ס חדר, אין רבינ'ס בית פיגא - מעג ער דאס טון, ער דארף קיינעם נישט פרעגן, אדרבה, זאל מען גיין צו וואס פאר א דיין און וואס פאר א רב מען וויל נאר (וואס האט נישט קיין אייגענע נגיעות), און פרעגן 'וואס טוט מען אויב מען וויל גיין דאווענען אין ברסלב, מען זעט ווי מען באקומט יראת שמים, מען באקומט חיזוק אויף דינען דעם אייבערשטן, און די עלטערן זאגן זיי האבן צער, וואס דארף מען טון?' וועט א יעדער דיין און מורה הוראה פסק'ענען וואס די תורה זאגט, מען מעג גיין, און מען דארף גיין.


מרת ... תחי', וואלט איר געוויסט וואס פאר א צרות עס גייט אריבער אויף מענטשן, ווי ווייבלעך לעבן א געצווינגענע לעבן, נאר ווייל זיי האבן רחמנות אויף די קינדער זיי זאלן נישט זיין קיין לעבעדיגע יתומים, ווייבער ליידן פון מענער וואס טוען שטילערהייט עבירות, ווייבער ליידן פון מענער וואס שרייען, שלאגן און פארשעמען, ווייבער ליידן פון מענער וואס פירן זיך פראסט ווי בהמות וכו', זיי האלטן זייערע שטוב נאר צוליב די קינדער, און אז אייער מאן וואס איז אן ערליכער איד, א שטיק איידלקייט, וויל אביסל קרבת אלוקים, און ער האט עס געטראפן אין ברסלב – רודפ'ט מען אים? מען איז אים מבזה?!


זאלט איר זיין אן אשת חיל, מיט גיין מיט אים און אים גוט מאכן, און אז עלטערן שרייען - נעמט מען עס אן באהבה, און אז עלטערן סטראשען וכו' וכו' - ווארט מען מיט סבלנות, עד יעבור זעם, ביז עס וועט זיך ארויסשטעלן דעם אמת, די עלטערן וועלן וויינען צו די אנדערע קינדער, זיך בעטן: "גייט אויך קיין ברסלב, נעמט חיזוק פון די נחל נובע מקור חכמה".


איך האב אסאך צו שרייבן אבער איך בין זייער פארנומען אין די ערב יום טוב טעג, איך האף צום אייבערשטן אז די פאר ווערטער וועט אייך געבן חכמה און בינה יתירה ווי אזוי צו לעבן א חיים טובים, און זיך גוט אויסלאכן פון די איבערגייאכטס וואס גייט אזוי שנעל אריבער אזוי ווי די שאטן פון א פייגל, אזוי ווי עס שטייט (תהלים קמד, ד): "כְּצֵל עוֹבֵר", די לעבן גייט אריבער ווי א שאטן, זאגן די הייליגע חכמים (בראשית רבה צו, ב): "הַלְּוַאי כְּצִלּוֹ שֶׁל כּוֹתֶל", הלואי וואלט די לעבן געווען אזוי לאנג כאטשיג ווי די שאטן פון א וואנט, "אוֹ כְּצִלּוֹ שֶׁל אִילָן", אדער אזוי לאנג ווי דער שאטן פון א בוים, ניין, "אֶלָּא כְּצִלּוֹ שֶׁל עוֹף בְּשָׁעָה שֶׁהוּא עָף", די לעבן גייט פארביי אזוי שנעל ווי די שאטן פון א פייגל וואס פליט.


בנוגע די בריוו וכו'; עס וועט נישט בעסער מאכן, עס פעלט נישט אויס; איין זאך וועט בעסער מאכן, ווי שטערקער ענקער קשר וועט ווערן - וועט ענק קיינער נישט קענען שלעכטס טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.