בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אז מען היט די אויגן, איז מען פול מיט חן
צניעות, התחזקות, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים


וואס מאכסטו עפעס? איך האף דו ביסט צופרידן אין ישיבה, איך האף דו הערסט אויס דעם מגיד שיעור, און איך האף אז די בחורים אין ישיבה רעדן נאר איידל און הייליג.


יעצט אין די זומער טעג ווערן די נסיונות זייער גרויס, מען דארף א שמירה עליונה, מען קען נישט גיין אין גאס, מען קען פארברענט ווערן מיט ראיות אסורות; אז מען היט נישט די אויגן איז זייער ביטער, מען ווערט א נערוועזער, די נערווען ווערן אפגעשוואכט, מען קען נישט דערהייבן און פארנעמען די לעבן, מען רעגט זיך, מען שרייט, מען ווערט א שלעכטער, דאס איז גורם אז מען זאל זוכן וואו מען קען אוועק לויפן פון די לעבן; עס זענען דא וואס אנטלויפן צו אלקאהאל, זיי קענען נישט אויסהאלטן זייער לעבן, זיי טרינקען זיך אן, זיי שיכור'ן אפ זייער טעג און יארן. עס זענען דא וואס אנטלויפן צו נעמען שעדליכע קעמיקלס, מען פארדראגט זיך, מען קען נישט נעמען די יאך פון דאס לעבן, און אלעס קומט פון פאלן אין מידת היסוד, דורך מפקיר זיין די אויגן, קוקן עבירות, דאס רייסט אויס די מח, די נערווען ווערן אפגעשוואכט, מען קען נישט נעמען די לעבן, און אמאל איז שוין אזוי שלעכט אז מען טראכט שוין דאס ערגסטע, פון ענדיגן מיט די לעבן, מען וויל אינגאנצן אנטלויפן השם ישמרינו.


אז מען היט די אויגן איז מען פול מיט חן, מען איז א פרייליכער מענטש, מען האט א חיות אינעם לעבן, מען איז זוכה צו שפירן א טעם אינעם דאווענען און לערנען, ווייל אז מען איז אפגעהיטן בקדושה רוט ביי מענטש די שכינה, און אז עס איז דא השראת השכינה - איז דא אלע ליכטיגקייטן; זאלסטו זיך שטארקן נישט צו גיין אין גאס וואו מען קען חס ושלום נכשל ווערן מיט א שלעכט קוק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.