בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אז איר ווילט א ווארעמע ערליכע שטוב, וועט איר דאס באווייזן
חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זענט זיך מחי' ומחזק מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, דעם רבינ'ס חיזוק און עצות איז ממש אייער לעבן; איר גייט מיט די עצה פון התבודדות, איר רעדט צום אייבערשטן, איר זאגט תהלים מיט תמימות ופשיטות, עס איז אייך אזוי גוט.


בנוגע אייער פראגע אויב איז מעגליך איר זאלט באקומען אן ערליכער ברסלב'ער בחור ווען אייער שטוב איז מער מאדערן, נישט פרום; וואס איז בכלל די שאלה? אוודאי איז דאס מעגליך! זייט נישט דערשראקן, זייט נישט אין ספיקות, ווייל ווי אזוי איר ווילט אויסשטעלן אייער שטוב - אזוי וועט זיין; אז איר ווילט א ווארעמע ערליכע שטוב - וועט איר דאס באווייזן, אלעס ווענדט זיך אינעם מענטש. עס איז דא הונדערטער משפחות, ערליכע ווארעמע משפחות - וואס די עלטערן זענען מער מאדערן, מיט דעם האבן די קינדער אויפגעשטעלט שיינע אידישע שטובער.


זייט ממשיך מיט אייער עבודות השם; זייט זיך מתבודד און זאגט תהלים. בעטס דעם אייבערשטן יעדן טאג אויף אייער אייגענע שפראך איר זאלט טרעפן אייער זיווג און זוכה זיין אינאיינעם אויפצושטעלן אן ערליכע ווארעמע ברסלב'ער שטוב.


א ליכטיגן חנוכה.