בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אז איר וועט זיך אפשערן אייער האר וועט איר זען גרויסע ישועות
שלום בית, סגולות, האר

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז איר וועט זיך אפשערן אייער האר וועט איר זען גרויסע ישועות אין אלע ענינים; אייער קינד וועט האבן א רפואה שלימה, אלעס וועט זיך איבערדרייען לטובה.


קוקט נישט אויף קיינעם, קוקט נאר וואס איז די ווילן פונעם אייבערשטן; אייער מאן וועט ביים סוף נאר הנאה האבן אז ער האט אן ערליכע ווייב וואס גייט אין די וועג פון צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.