בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך וויל דיר בעטן זאלסט מחזק זיין דיין זון ... נרו יאיר, ער זאל אכטונג געבן אויף דעם יתום ... נרו יאיר, וואס לערנט מיט אים אין חדר. ער האט מיך נעכטן גערופן וויינען אז מען טשעפעט אים און ער האט נישט קיין טאטע צו וועם צו גיין; איך בין אזוי דערשראקן פון די זאך, ווייל דאס איז פייער; אז א יתום'ל וויינט איז דאס סכנת נפשות.
איך האב געלערנט אין ספר קיצור שלחן ערוך (וואס דו האסט מיר געברענט א מתנה, וואס דיין משפחה האט ארויסגעגעבן לזכר נשמת דיין טאטע עליו השלום, איך לערן יעדן טאג מיט די תפילין דרבינו תם וואס איז איינגעטיילט לויטן יאר צו ענדיגן יעדע יאר), ווי ער ברענגט (סימן כט, סעיף יט): "חַיָּב אָדָם לְהִזָּהֵר בִּיתוֹמִים וְאַלְמָנוֹת", מען דארף אכטונג געבן, זיין געווארנט מיט יתומים און אלמנות, "שֶׁלֹּא יְדַבֵּר אֲלֵיהֶם אֶלָּא רַכּוֹת", רעדן צו זיי נאר ווייכע רייד, "וְיִנְהַג בָּהֶן מִנְהָג כָּבוֹד", און זיך פירן צו זיי מיט כבוד. "וְלֹא יַכְאִיבֵם אֲפִלּוּ בִּדְבָרִים", און זיי נישט טשעפען אפילו בלויז מיט ווערטער, "מִפְּנֵי שֶׁנַּפְשָׁן שְׁפֵלָה מְאֹד", ווייל זיי זענען זייער צעבראכן, "וְרוּחָן נְמוּכָה", און צעקלאפט, "אַף עַל פִּי שֶׁהֵן בַּעֲלֵי מָמוֹן", און אפילו זיי האבן אסאך געלט, "אֲפִלּוּ אַלְמָנָתוֹ שֶׁל מֶלֶךְ", און אפילו אן אלמנה פון א קעניג, "וִיתוֹמָיו", און יתומים פון א קעניג, "מֻזְהָרִים אָנוּ עֲלֵיהֶן", זענען מיר אנגעזאגט פונעם אייבערשטן זיך אכטונג צו געבן מיט זיי, ווייל עס שטייט "כָּל אַלְמָנָה וְיָתוֹם לֹא תְעַנּוּן".
דיין זון ... נרו יאיר איז זייער א טייער קינד, ער לערנט און דאווענט זייער ערליך, מען דארף אים נאר מחזק זיין ער זאל וויסן די הלכה פון יתומים, אז דאס איז נישט ווי סתם קינדער וואס מען זאגט א ווארט אהין און א ווארט צוריק, יתומים איז א שפיל מיט פייער; וואויל איז דעם וואס געבט אכטונג אויף זיי און מאכט זיי פרייליך, וועט אים דער אייבערשטער פרייליך מאכן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.