בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת האזינו, י"א תשרי, [גאט'ס נאמען], שנת תשפ"ג לפ"ק
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
א גוט יאר, א זיס יאר; די תפילות זאלן נתקבל ווערן לרחמים ולרצון.
ביי אונז איז געווען זייער שיין יום הקדוש, איך האב געהאט כח צו דאווענען אלע תפילות פאר'ן עמוד; אנגעהויבן מיט תפילת כל נדרי, אויך איז געווען א שיינע דרשה פאר כל נדרי; א שאד אז נישט דו און נישט האברך ... זענען דא געווען, א שאד אזעלכע דיבורים זאלן נישט ווערן אפגעשריבן; הלואי זאל מען קענען אפשרייבן די דיבורים, דער פשט פון (ויקרא טז, ל): "לִפְנֵי ה' תִּטְהָרוּ", און די טייטש פון (תהילים קיט, קלו): "פַּלְגֵי מַיִם יָרְדוּ עֵינָי עַל לֹא שָׁמְרוּ תוֹרָתֶךָ".
פסוקי דזמרא האט געדאווענט בני בכורי הרב שלמה שליט"א, איך האב געדאווענט שחרית, מוסיף און תפילת נעילה. מנחה האט געדאווענט הרב ..., ער דאווענט זייער שיין, ער דאווענט מיט די סאטמער'ע נוסח, דער עולם האט זייער הנאה געהאט; ביי אונז רוב עולם קען גוט די סאטמער'ע נוסח, דאס איז אונזער גירסא דינקותא.
דא האסטו די שטיקל הקדמה פאר'ן ספר חזית איש. איך האב געמאכט א קליינע הקדמה פאר די וועכנטליכע קונטרסים, מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף, ווען מיר וועלן קענען ארויסגעבן דעם פירוש אויפ'ן גאנצן ספר וועל איך שרייבן א שיינע הקדמה.
הקדמה
שטייט אין פסוק (משלי כב, כט): "חָזִיתָ אִישׁ מָהִיר בִּמְלַאכְתּוֹ" ווען דו זעסט א מענטש וואס איז פלינק אין זיין ארבעט, זאלסטו וויסן - "לִפְנֵי מְלָכִים יִתְיַצָּב" ער וועט צום סוף שטיין פאר קעניגן, זאגן אונז די הייליגע חכמים (שיר השירים רבה א, ד): "אֵלּוּ הַצַּדִּיקִים" דאס מיינט מען די צדיקים, "שֶׁהֵם עוֹסְקִין בִּמְלַאכְתּוֹ שֶׁל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא" וואס זיי באשעפטיגן זיך אין די ארבעט פונעם אייבערשטן; זיי ברענגען צוריק נשמות ישראל צום הייליגן באשעפער, זיי זאלן גיין אין די וועגן פון די תורה.
דאס געפונען מיר אן א שיעור מאל אינעם הייליגן ספר זוהר, דאס גרויסקייט פון די צדיקים וואס זיי לעבן מיט די תורה, זיי לעבן מיט'ן הייליגן באשעפער; זיי זענען זוכה ביים סוף: "לִפְנֵי מְלָכִים יִתְיַצָּב" זיי וועלן זיך זען מיט'ן לעבעדיגן באשעפער, "בַּל יִתְיַצֵּב לִפְנֵי חֲשֻׁכִּים".
וויבאלד מיר האבן געהערט אלע יארן ווי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו איז משתוקק עס זאל ארויסקומען א פירוש אויף זוהר וואס אפילו קליינע קינדער וועלן קענען לערנען און פארשטיין, האבן מיר בסייעתא דשמיא געשריבן א לייכטע פירוש אויפ'ן ספר זוהר, וואס אפילו פשוט'ע מענטשן זאלן דאס קענען לערנען און פארשטיין, און באקומען א חשק צו לערנען דעם הייליגן ספר.
ביי די וועלט איז אנגענומען, אויב מען לערנט זוהר איידער מען איז פערציג יאר אלט - קען מען משוגע ווערן, אבער מוהרא"ש פלעגט שפעטן דערפון; מוהרא"ש האט געזאגט: "עס איז נישט אמת, מען ווערט נישט משוגע פון לערנען זוהר, משוגע ווערט מען אויב מען טוט עבירות חס ושלום, און אויב מען לערנט זוהר ווערט מען א גרויסער צדיק".
איך האב א נאמען געגעבן דעם ספר: "חָזִיתָ אִישׁ". מיר געפונען כמעט פאר יעדע שטיקל זוהר דעם לשון תא חזי - קום און זע; עס שטייט פון צדיקים, אין גמרא איז דא דער לשון 'תא שמע' קום און הער, אבער אין זוהר הקדוש איז דער לשון 'תא חזי' קום און זע, ווייל דער הייליגער ספר זוהר עפנט אויף די אויגן, מען זאל זען מיט די אויגן דעם אייבערשטן אין יעדן זאך. "חזית" איז מלשון "תא חזי", און אינעם ווארט "איש" איז מרומז די נאמען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו וואס האט זיך מוסר נפש געווען פאר מיר, ער האט רחמנות געהאט אויף מיר, מיך מקרב געווען צום בורא כל עולמים און מיר געעפנט די אויגן איך זאל שפירן דעם אייבערשטן און זען אין יעדע זאך רוחניות אלוקותו יתברך.
אויך איז מרומז אינעם ווארט אי"ש די נאמען פון מיין זיידע, קארלסבורגער רב, רבי י'חזקאל רוטה זכותו יגן עלינו, וואס ער האט אין מיר אריינגעלייגט א גליסטעניש צום הייליגן ספר זוהר. איך האב זוכה געווען צו לערנען מיט אים פון אלס קינד בחברותא פאר לאנגע יארן דעם הייליגן ספר זוהר, איך האב זוכה געווען צו זיצן גאנצע וואכן אין מערת רבי שמעון בר יוחאי אין מירון מיט אים, און באקומען א שטיקל טעם, א שטיקל געפיל - צו די הייליגע זאכן, אויך איז מרומז אינעם ווארט אי'ש מיין נאמען.
דער אייבערשטער זאל העלפן, דורך לערנען דעם הייליגן זוהר זאלן מיר אלע ווערן צוגעקלעבט צום אייבערשטן. אזוי ווי דער הייליגער צדיק רבי ברוכ'ל פון מעזיבוז זכותו יגן עלינו האט געזאגט פשט אינעם שער הזוהר: "זה ספר הזוהר אשר חיבר התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי זכותו יגן עלינו", האט ער געזאגט: "זה ספר", דער דיאמאנט, "הזוהר", וואס שיינט אין אלע וועלטן, "אשר חיבר", עס באהעפט אידישע קינדער צום הייליגן באשעפער, "תנא", עס לערנט אונז אז עס איז דא א באשעפער, דאס האט מחבר געווען דער הייליגער "רבי שמעון בר יוחאי זכותו יגן עלינו", ברוך י' ל'עולם א'מן ו'אמן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.