בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת צו, תענית אסתר, י"ג אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן
מרת ... תחי'.
איך באקום יעדע וואך די קונטרס פון די איבערגעטייטשטע בריוון אויף ענגליש וואס איר זענט מתרגם; אלע זאגן אז דאס איז א וואונדערליכע ארבעט. די מפיצים זאגן מיר אז מענטשן נעמען דאס און זענען זיך מחי' דערמיט.
יעצט ווען מיר שטייען ערב פורים - א צייט וואס אידן האבן נאך אמאל מקבל געווען די תורה, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (שבת פח.), איז יעצט א צייט וואס עס קומט אראפ א הייליגקייט אויף אידישע קינדער. וויל איך אייך מחזק זיין איר זאלט ווייטער טון די הייליגע ארבעט מיט וואס דער אייבערשטער האט אייך מזכה געווען - איבערטייטשן די בריוו אויף ענגליש אז נאך אידן זאלן זיך קענען מחזק זיין.
זייער אסאך מענטשן ווייסן נישט וואס זיי האבן צו טון ווען זיי באקומען א התעוררות צו זיין גוט; מען מיינט אז מען דארף טון עבודות און סיגופים, מען דארף פאסטן און זיך אפשיידן פון די וועלט, און וויבאלד מענטשן זענען ווייט פון די זאכן, איז ווען עס קומט אן התעוררות שטופט מען דאס אוועק און מען גייט ווייטער אן מיט וואס מען טוט - אן תשובה טון, אויף דעם קומט דער הייליגער רבי און געבט אונז אזעלכע שיינע עצות וואס מיר זאלן טון ווען מיר ווילן תשובה טון. דער רבי לערנט אונז אויס מיר זאלן ארויס זאגן א ווארט צום אייבערשטן; מיר זאלן זאגן פאר'ן אייבערשטן: "טאטע, איך וויל זיין גוט"; די איינע קליינע ווארט וועט שוין שלעפן דעם מענטש צו אלעס גוטס.
וויל איך אייך בעטן איר זאלט ווייטער איבער טייטשן די בריוון אויף ענגליש אז נאך מענטשן זאלן וויסן פון די געשמאקע זיסע וועג פונעם הייליגן רבי'ן; איך ווייס אז איר לייגט אריין צענדליגער שעות און דאס גייט אויפ'ן חשבון פון אייער שטוב און פון אייערע קינדער, זאלט איר אבער וויסן אז דער אייבערשטער גיבט א ברכה פאר די וואס טוען פאר אידישע קינדער און מען זעט נחת ביי די אייגענע קינדער.
דער אייבערשטער זאל אייך געבן הצלחה אין אלע ענינים.