בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אז מ'האלט זיך אינאיינעם מיט ליבשאפט, איז מען זייער שיין מצליח
חסידות ברסלב, היכל הקודש, שמחות, אחדות, לצנות, ספירה, פסח שני

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אמור, ט"ו אייר, פסח שני, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ברידער, תלמידי היכל הקודש פון ירושלים עיר הקודש, ה' עליהם יחיו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זענט זיך מחזק אינאיינעם מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן; איך האב באקומען א גריס פון אייער חבורה, ווי שיין עס איז צווישן אייך און ווי געשמאק עס איז ביי אייך יעדע שבת ווען איר נעמט זיך צוזאם מיט א ליבשאפט זיך אויפצופרישן מיט די עצות פון רבי'ן.


מען קען זיך גארנישט פארשטעלן צו וואס מען איז זוכה ווען מען פאלגט דעם רבי'ן, דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שיד): "הַפָּחוּת שֶׁבַּאֲנָשַׁי אֲנִי מוֹלִיךְ אוֹתוֹ בְּדֶרֶךְ שֶׁל צַדִּיק גָּדוֹל מְאֹד", דעם קלענסטער פון מיינע מענטשן פיר איך אויפ'ן וועג פון גרויסע צדיקים; נאך האט דער רבי געזאגט (שם, סימן שלב): "אֲנִי נָהָר הַמְטַהֵר מִכָּל הַכְּתָמִים", איך בין א טייך וואס רייניגט פון אלע שמוציגע פלעקן; דאס קען יעדער איינער מעיד זיין אויף זיך, אז פון ווען מען האט זוכה געווען צו טרעפן דעם רבי'ן האט זיך דער גאנצער לעבן געטוישט; מען לערנט פלייסיג, מען איז נזהר אין קיום המצוות, מען רעדט צום אייבערשטן יעדן טאג און מען לעבט מיט'ן אייבערשטן.


מיר געפונען זיך יעצט אין די ספירה טעג אין די מדה פון הוד, מיר פירן זיך אז מען זאגט נישט קיין תחנון אין די טעג פון פסח שני ביז נאך ל"ג בעומר ווייל די טעג זענען זייערע הייליגע טעג (עיין זוהר הקדוש, בהעלותך קנב:).


פסח שני איז אנגענומען אז עס איז דער יארצייט פונעם הייליגן תנא רבי מאיר בעל הנס, און גלייך נאכדעם געפאלט די יומא דהילולא פון דעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי; די הייליגע תנאים רבי מאיר בעל הנס און רבי שמעון בר יוחאי האבן אריין געברענגט וואס זיי האבן געלערנט ביי זייער רבי דער הייליגער תנא רבי עקיבא (ירושלמי נדרים ט, ד): "וְאָהַבְתָּ לְרֵעֲךָ כָּמוֹךָ - זֶה כְּלַל גָדוֹל בַּתּוֹרָה", אז די מצוה פון ואהבת לרעך כמוך איז א גרויסע כלל אין די תורה; די אנדערע תלמידים האבן זיך נישט פארטראגן צווישן זיך דערפאר איז גארנישט געבליבן פון זיי, זענען געקומען די הייליגע תלמידים רבי שמעון בר יוחאי און רבי מאיר בעל הנס מיט די איבעריגע חברים און אריין געברענגט א ליבשאפט איינעם צום צווייטן, זיי האבן אויסגעריסן די זאך פון מחלוקת און זיך גרויסן איינער אויפ'ן צווייטן, דאס איז די גרויסע שמחה אין די טעג. אזוי ווי מיר געפונען אין זוהר הקדוש (נשא קכח.) רבי שמעון בר יוחאי האט געזאגט פאר זיינע תלמידים: "אֲנָן בַחֲבִיבוּתָא תַלְיָא", אונזער זאך איז אז מיר האבן זיך ליב איינער דעם צווייטן; רבי שמעון בר יוחאי האט אריין געברענגט אין זיינע תלמידים אז מען זאל זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן, פלעגט מוהרא"ש זאגן אויף דעם א שיינעם רמז: א'נ'ן' איז די ראשי תיבות: "אַ'נְשֵׁי נַ'חַל נ'וֹבֵעַ - בַחֲבִיבוּתָא תַלְיָא", אנשי שלומינו דארפן זיך האלטן צוזאמען און זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן.


איך פריי זיך אז ביי אייך זעט מען וואס דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס וועט הערשן צווישן אייך; דאס איז וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן און זיך בעטן ביי אונז, מיר זאלן זיך נישט קריגן און נישט אוועק מאכן א צווייטן.


איך בין זייער פארנומען די טעג, איך קום נישט אן צו שרייבן און ענטפערן א פראצענט פון די בריוון וואס איך האב צו ענטפערן, איך שרייב אייך נאר ווייל איינער האט מיר געברענגט א גריס אז ביי אייך אין שול, אין ענקער חבורה איז נישט דא קיין ליצנות, עס הערשט א מורא'דיגע ליבשאפט, עס שפירט זיך דארט א ריינע קלארע לופט, דאס האט מיר געגעבן כח און צייט אייך צו שרייבן.


איך בעט אייך זייער, חזר'ט אייך איין און פארגעסט נישט וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מֵאִתִּי, שֶׁלֹּא לְהַנִּיחַ עַצְמוֹ לְהָעוֹלָם לְהַטְעוֹת", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; מוהרא"ש האט געהאלטן אין איין חזר'ן דער שיחה, מוהרא"ש זכרונו לברכה האט געזאגט אז דער שיחה דארף דינען אלס א קאמפוס ביים מענטש; מען זעט ווען א מענטש פארט אין א שיף אויפ'ן וואסער האלט ער די גאנצע צייט מיט זיך א קאמפוס כדי ער זאל וויסן צי ער פארט אינעם גוטן ריכטונג, ווייל אויפ'ן וואסער זעט מען נישט דעם סוף, עס קען זיין מען זאל פארן א לאנגע צייט אין וואסער און מיינען אז מען פארט, מען מיינט מען קומט שוין אן, אבער באמת איז מען אויפ'ן זעלבן פלאץ, מען האט זיך גארנישט גערוקט, מען איז פשוט געפארן די גאנצע צייט רינגס און ארום; אבער אז מען קוקט אויפ'ן קאמפוס וואס איר מאגנעט ציט צו צפון זעט מען וואו מען פארט. דאס זעלבע דארף א מענטש לעבן מיט א חשבון הנפש; א מענטש דארף זיך משפט'ן יעדן טאג און אסאך בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, אפשר נאר איך זיך? רבונו של עולם, איך וויל גארנישט, איך וויל נאר טון דיין רצון".


איך בעט אייך מיינע טייערע חברים, לאזט אייך נישט נארן און הערט נישט אויס קיין ליצנות, ווערטס נישט פארדרייט ווען מען רעדט צו אייך ליצנות אויפ'ן רבי'ן און אויף זיינע תלמידים; קוקט וואס איז גוט פאר אייך, קוקט אויף די רווחים וואס דער רבי געבט אונז. יעדער איינער ווייסט ביי זיך וואס ער האט זוכה געווען צו באקומען פון ווען ער דריידט זיך אין היכל הקודש קודש קדשים, (אגב, מוהרא"ש האט מתקן געווען אז מיר זאלן זאגן אפילו אין חוץ לארץ ביי קדיש דרבנן "באתרא קדישא הדין" אזוי ווי מען זאגט ביי אייך אין ארץ ישראל).


מען זעט אן אינטערעסאנטע זאך, ווען עס קומט צו גשמיות לאזט זיך א מענטש נישט נארן, א מענטש טוט וואס איז גוט פאר אים, ער קוקט ווי אזוי ער קען מצליח זיין און וואו ער קען עפעס פארדינען, אבער ברוחניות קען א מענטש זיך דרייען אין א פלאץ יארן לאנג און ער באקומט גארנישט; עס וואלט געדארפט זיין דאס זעלבע ווען עס קומט צו עבודת השם, א מענטש וואלט זיך געדארפט פרעגן: 'וואו קען איך פארדינען? וואו קען איך מצליח זיין?' 'איך האב א רבי, וואס געבט מיר מיין רבי? וואס באקום איך פון מיין רבי? אויב באקום איך נישט קיין תורה ותפילה, וואס האב איך אז מיין רבי פליט אין הימל? וואס האב איך אז מיין רבי האט רוח הקודש? וואס האב איך אז ער רעדט א הויכע שפראך, אז ער רעדט צו נשמות?' דערפאר אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון רבי'ן, זאלן אלע לאכן, זאלן אלע שפעטן; איך וועל דעם רבי'ן נישט אפלאזן, איך האב א רבי וואס געבט מיר א וועג אין לעבן קוק איך נישט אויף קיינעם.


איך וויל אייך דערציילן די גוטע נייעס אז דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן איך בין געווארן א זיידע די וואך, מיין זון ר' שלמה נרו יאיר האט זוכה געווען צו א בן זכר למזל טוב; דער אייבערשטער זאל העלפן די ברית זאל זיין אין צייט - ל"ג בעומר און איר אלע זאלט זוכה זיין צו זען נחת ביי אייערע קינדער און אייניקלעך.


א גוט שבת.