בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת שלח, כ"ה סיון, שנת תש"פ לפרט קטן
מרת ... תחי', צפת.
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
עס רייסט ביים הארץ צו הערן וואס עלטערן גייען אריבער מיט קינדער, עס טרערט די אויגן ווען מען הערט ווי שיינע משפחות מיט טייערע עלטערן פארלירן די קינדער; איין זאך בלייבט איבער פאר אונז צו טון: בעטן דעם אייבערשטן ער זאל שוין רחמנות האבן אויף אונז און אויף אלע אידן, אונז ארויסנעמען פון דעם ביטערן גלות.
שטארקטס אייך און שטארקטס אנדערע, בפרט די פרוי מרת ... תחי'; לערנט מיט איר ווי אזוי צו רעדן צו די קינדער. געבט איר צו פארשטיין אז עלטערע קינדער - קינדער פון אכצן יאר - קען מען צוריק ברענגען צום אייבערשטן נאר מיט שיין רעדן און מיט קוקן גוט אויף זיי; אויפזוכן אין זיי די באהאלטענע פינטעלע איד און מאכן פון דעם אן עסק, און זיי באמת ליב האבן; נאר דאס איז די וועג ווי אזוי מען קען זיי אנהאלטן זיי זאלן נישט פאלן ווייטער.
בנוגע אייך, וואס איר קענט זיך נישט בארואיגן פונעם מצב הדור, ווי קינדער, בחורים און מיידלעך פאלן נעבעך אריין אין עבירות; פאר אייך בלייבט איבער איין זאך: "הפצה, הפצה, הפצה"; ווי מער פארשפרייטן די זיסע עצות פון רבי'ן, די זיסע ווערטער פון רבי'ן - פאר מיידלעך און פרויען, ווייל נאר דער רבי האט די שפראך צו די בני הנעורים. אזוי ווי רבי נתן שרייבט (עלים לתרופה, מכתב קעד): "כִּי יָדוּעַ לָכֶם מַעֲשֵׂי בְּנֵי הַנְּעוּרִים, בִּפְרָט בַּדּוֹר הַזֶּה", אזוי ווי עס איז באוואוסט די מעשי בני הנעורים פונעם דור, "וְאֵין שׁוּם הַצָּלָה כִּי אִם עַל יְדֵי הַתּוֹרָה", און עס איז נישט דא קיין שום וועג זיי צו ראטעווען נאר דורך די תורה, נאר אז מען היט די תורה, "וְאֵין מִי שֶׁיַּכְנִיס לִמּוּד הַתּוֹרָה וְקִיּוּם הַתּוֹרָה בָּעוֹלָם כְּמוֹ אֲדוֹנֵנוּ מוֹרֵנוּ וְרַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, עַל יְדֵי אֲמִתַּת דְּרָכָיו הַקְּדוֹשִׁים שֶׁגִּלָּה עַל יָדֵינוּ, וּבִסְפָרָיו הַקְּדוֹשִׁים", און עס איז נישט דא אויף דער וועלט ווער עס זאל אריין ברענגען לימוד התורה און קיום התורה - היטן די מצוות פונעם אייבערשטן, נאר דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו דורך זיינע זיסע עצות און הייליגע וועגן.
איך וועל אייך שיקן א בריוו איר זאלט דאס איבערגעבן פאר מרת ... תחי'.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.