בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת בא, ה' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, יבנאל
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
אשריך ואשרי חלקך אז דו ביסט א מלמד פאר קינדער, דו געבסט זיך אפ מיט אזא שטארקע סבלנות, דו האסט א געפיל פאר יעדן איינציגסטן קינד.
מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון א מלמד; דא בזה העולם איז א מלמד נישט דער חשוב'סטער, אבער אין הימל איז א מלמד זייער חשוב. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כד.): עס איז אמאל געווען א טרוקעניש - עס האט נישט גערעגנט פאר א לאנגע צייט, האט מען זיך צאמגענומען אין בית המדרש צו מתפלל זיין פאר רעגן, א פשוט'ער איד איז צוגעגאנגען צום עמוד און גלייך ווען ער האט געזאגט: "מַשִּׁיב הָרוּחַ, וּמוֹרִיד הַגֶּשֶׁם" - האט אנגעפאנגען צו רעגענען, האט מען אים געפרעגט: "וואס זענען די גוטע מעשים וואס דו טוסט?" האט ער געזאגט: "איך בין א מלמד דרדקי - איך לערן מיט אידישע קינדער און איך מאך נישט קיין אונטערשייד פון א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר געלט אז איך זאל לערנען מיט'ן קינד אדער א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר נישט; נאך א מנהג האב איך, אז ווען איך זע א קינד וואס וויל נישט לערנען, בין איך אים משחד; איך קויף אים אונטער, איך האב אין שטוב א פיש טאנק און איך בין אים משכנע אז אויב ער וועט לערנען וועל איך אים ווייזן די פישעלעך און דורכדעם הייבט ער אן לערנען"; זעט מען פון דעם אז אויב א מלמד, א טיטשער, געבן אכטונג אויף דעם אייבערשטנ'ס קינדער, האט מען א כח אין הימל און מען נעמט אן אלע תפילות.
בנוגע דעם קינד וכו'; אז די עלטערן ווילן נישט מיט ארבעטן, זיי ווילן נישט געבן פאר'ן קינד אביסל ריטעלין - איז נישטא וואס צו טון, זאלן זיי זיך אליינס מטפל זיין מיט'ן קינד. ער איז נישט קיין בן יחיד אין כיתה, עס איז דא א גאנצע כיתה און אז אלע כאפן מכות פון אים און ער רעדט ניבול פה, ער שלאגט יעדן איינעם, ער שלאגט דעם מלמד; דו אליינס האסט געכאפט מכות - זאלן זיי זיך אליינס מטפל זיין מיט אים.
קוק די צענדליגער בריוו אין אשר בנחל ווי מוהרא"ש שרייבט פאר די מלמדים אין יבנאל וואס ליידן פון אזעלכע קינדער וואס קומען פון עלטערן וואס ווילן נישט מיט ארבעטן; צענדליגער און הונדערטער בריוו פאר משפחות אין יבנאל וואו מוהרא"ש שרייבט זיי און ווארנט זיי, זיי זאלן מיט ארבעטן מיט די מוסד, אז נישט וועלן די קינדער נישט קענען קומען אין חדר.
דעריבער זאלסטו רופן די עלטערן און זיי זאגן קלאר אז דער קינד קען קומען אין חדר נאר אויב ער רעדט נישט קיין ניבול פה און אז ער וועט נעמען אביסל ריטעלין זיך צו בארואיגן.
בנוגע דיין שוואגער וכו'; איך בעט דעם אייבערשטן ער זאל טרעפן א גוטע שידוך. ער איז א טייערער בחור, ער האט גוטע מידות, איך האף אז ער וועט בקרוב טרעפן זיין שידוך.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.