בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן
מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר
שטארק זיך מיט אלע כוחות נישט צו אויפגעבן אויף דיין עבודת השם. דער רבי איז געווען אמאל ביי א חתונה און דער בדחן האט זיך פארשטעלט צו פרייליך מאכן חתן כלה, ער האט זיך פארשטעלט ווי א רבי; ער האט געמאכט תנועות, געפראוועט, דערנאך איז דער בדחן ארויס און צוריק געקומען אנגעטון מיט שווארצע קליידער ווי א גלח, און דער גאנצער עולם האט געלאכט. האט דער רבי געזאגט: "אט איז מען א מלאך, אט איז מען א גלח"; דער רבי האט ארויסגענומען פון יעדע זאך א לימוד אויף התחזקות פאר עבודת השם, אז מען דארף זיך זייער שטארקן און בעטן דעם אייבערשטן מען זאל בלייבן מיט די געפיל צום רבי'ן, ווייל אט ברענט א מענטש צום אייבערשטן, מען שפירט נאנט צום אייבערשטן, דורך התקרבות לצדיק בענקט מען צום אייבערשטן, און אט איז מען א גלח, מען פאלט אראפ, מען ווערט א חסיד שנפל, וואס איז גרוע ממשומד; מען קילט זיך אפ, מען ווערט קלוג, מען האלט אז מען פארשטייט בעסער פון רבי'ן, השם ישמרינו.
"איך האב דריי סארט מענטשן וואס קומען צו מיר" - האט דער רבי געזאגט, "איינער קומט הערן מיינע תורות, ער האט ליב מיינע שיינע תורות, די טיפקייט, די וועג ווי עס איז געבויט, א צווייטער סארט מענטש קומט עסן קויליטש, און נאכדעם האב איך מענטשן וואס איך בין זיי איינגעבאקן אין הארץ".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.