בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - איבער ווילדע קינדער; מלמד וואס טויג נישט; זיך דערהאלטן אין שוועריקייטן
חינוך הילדים, מלמדים, חיזוק פאר פרויען, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ואתחנן, י"א מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


קודם כל בעט איך אייך איר זאלט זיך נישט צוריק האלטן פון שרייבן; איך בין טאקע פארנומען אבער ביי מיר איז זייער חשוב די וואס טוען פאר אנדערע אידן, איך וועל פראבירן צו מאכן צייט פאר אייך אין יעדן מצב.


איך וועל אייך ענטפערן לויטן סדר.


א.    געלויבט דעם אייבערשטן אז איר האט געזונטע קינדער; קליינע קינדער שפרינגען און טאנצן - דאס איז זייער געזונטע טבע. ווי מער קינדער געבן זיך אויס אין זייערע יונגע יארן העלפט דאס זיי שפעטער זיי זאלן זיין קלוג און געזונט. נישט אלע קינדער זענען טאקע אייניג; איינער איז מער רואיג, דער צווייטער איז מער ווילד, דער דריטער זוכט ווי מען קען מאכן שפיצלעך וכו' וכו'.


דער הייליגער רבי זאגט (עיין שיחות הר"ן, סימן עז) אז מען קען זען אין שטוב צווישן די קינדער אן אפשפיגלונג פון אלע פעלקער; איין קינד איז גלייך צום טערק - ער זוכט זיך צו קריגן מיט יעדן איינעם; דער צווייטער איז גלייך צום רוס - ער מאכט שפיצלעך און שרייט: "איך טו גארנישט"; דער דריטער איז ווי דער אמעריקאנער - ער באלעבאטעוועט אויף אלעמען; דער פערדער איז ממש ווי שווייץ – ער קריגט זיך נישט מיט קיינעם, און אזוי ווייטער; נאכדעם קומען די עלטערן וואס זיי זענען ווי די יו-ען, זיי מאכן שלום און האלטן אלע קינדער ביי איין טיש.


א אידישע מאמע וואס האט אוועק געגעבן איר לעבן אויפצוציען קינדער גייט גלייך אריין אין גן עדן; די אלע נעכט וואס זי האט אוועק געגעבן פאר אירע קינדער, די אלע יארן וואס זי האט זיך אוועקגעגעבן פאר זיי - דאס איז שוין פאר איר כפרת עוונות און זי קומט ארויף ריין און הייליג צום כסא הכבוד.


זה הקטן גדול יהי'; ער וועט מיט אייבערשטנס הילף אויסוואקסן לשם ולתפארת. טראכטס נאר ביי אייך אין קאפ אז איר האדעוועט אויף א צדיק וואס וועט ליכטיג מאכן פאר כלל ישראל, וואלט איר דאך זיכער מסכים געווען אז ער זאל שפרינגען און טאנצן וויפיל ער וויל - אזוי אויך זאלט איר טראכטן אז אייער קינד וועט אם ירצה ה' זיין א גרויסער ערליכער איד א גרויסער תלמיד חכם, וועט עס זיין גרינגער פאר אייך.


ב.    אז דער מלמד איז א קראנקער מענטש וואס טוט מעשי תועבה, און די מוסד טענה'ט אז ער טוט דאס נישט מיט קינדער וכו', זאלט איר ארויס נעמען אייער קינד פון יענעם מוסד און שיקן צו א צווייטע מוסד; וויי פאר אונז אז דאס זענען די פירערס פון א מוסד, וואס האלטן א קראנקער מענטש פאר א מלמד! ווי מעג מען שיקן קינדער, ריינע נשמה'לעך, דעם אייבערשטענס קינדער - צו א מלמד וואס איז א שמוציגער מענטש?! דאס איז נישט קיין ברסלב'ע תלמוד תורה! זיי פאררופן זיך אויף ברסלב, אבער דאס האט נישט מיט ברסלב, ווייל דער זעלבער רבי וואס איז דן לכף זכות אלעמען און האט אונז געהייסן דן זיין לכף זכות אפילו א רשע גמור (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רפב), אבער דער זעלבער רבי זאגט אונז (ספר המידות, אות ניאוף, חלק ב', סימן ח): "אָסוּר לְלַמֵּד זְכוּת עַל זֶה שֶׁעָבַר עַל מִשְׁכַּב זָכָר", מען טאר נישט מלמד זכות זיין אויף א מענטש וואס טוט די עקעלדיגע עבירה.


ג.      דאס וואס איר גייט אריבער מיט אייער מאן נרו יאיר וכו', עס נעמט פון אייך אסאך כוחות און איר שפירט ווי די כוחות לאזן זיך שוין אויס; איך בעט אייך זייער שטארק איר זאלט זיך דערהאלטן מיט אלע אייערע כוחות. דער זוהר הקדוש זאגט (הקדמה, ד.): יעדן טאג גייט ארויס א בת קול פון הימל וואס רופט אויס: "מָאן מִנְכוֹן דִּי חֲשׁוֹכָא מְהַפְּכָן לִנְהוֹרָא, וְטָעֲמִין מְרִירָא לְמִתְקָא עַד לָא יֵיתוֹן הָכָא?" ווער פון אייך קען איבערדרייען און מאכן פון טונקל - ליכטיג, פון ביטער – זיס; "מָאן מִנְּכוֹן דִּמְחַכָּאן בְּכָל יוֹמָא לִנְהוֹרָא דְנָהִיר וכו'?" ווער ווארט יעדן טאג אז עס זאל ליכטיג ווערן - דער מענטש וועט האבן א חלק לעולם הבא; ווייל ווען א מענטש איז זוכה און ער מאכט פון זיין ביטער לעבן א זיס לעבן און פון זיין טונקלקייט - ליכטיג, ווייל ער ווייסט אז אין די טונקלקייט איז באהאלטן דער אייבערשטער און אין דער ביטערניש איז באהאלטן דער זיסער באשעפער - דער איז א צדיק און ער איז זוכה צו עולם הבא.


מיט דעם מעסט זיך דאס גרויסקייט פון א מענטש - ווען מען זעט ווי עס גייט אריבער אויף אים א שווערע צייט און ער ווענדט זיך צום אייבערשטן. מען האט אמאל געהערט ווי ר' מיכעלע זכרונו לברכה - אן אייניקל פון רבי נתן - זאגט תהילים, ווען ער איז אנגעקומען צו קאפיטל ל"ה: 'לְדָוִד רִיבָה ה' אֶת יְרִיבַי', האט מען געהערט ווי ער בעט זיך ביים אייבערשטן: "רבונו של עולם, קריג זיך פאר מיר; נעם זיך אן פאר מיר, 'אֱמֹר לְנַפְשִׁי - יְשֻׁעָתֵךְ אָנִי', זאג מיר אייבערשטער אז דו האסט מיר ליב און דו וועסט מיר העלפן, איך בין אזוי צעבראכן"; דאס איז די גרעסטע זאך צו וואס א מענטש קען צוקומען - צו רעדן צום אייבערשטן בעת צרה און אים בעטן ער זאל געבן אביסל חיזוק.


וויסן זאלט איר אז פון הימל פרובירט מען אויס יעדן איינציגן מענטש מיט שווערע נסיונות, און מען וויל זען צו וועם דער מענטש וועט זיך ווענדן ווען ער האט זיין צרה; וואויל איז פאר דעם מענטש וואס קען אנגיין און נישט אויפגעבן אפילו ער שפירט ווי ער ווערט צעקראכט פון וואס עס גייט אויף אים אריבער אין לעבן.


עס האט זיך געלוינט צו מקורב ווערן צום רבי'ן נאר פאר דעם אליין - אז מיר זאלן וויסן פון די עצה פון התבודדות. ווייל ווען א מענטש געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן, וואס עס באדערט אים פארציילט ער פארן אייבערשטן און וואס ער דארף בעט ער נאר פונעם אייבערשטן - אזא מענטש האט אן אנדערע סארט לעבן.


אסאך מאל טראכט איך: 'ווי אזוי לעבן מענטשן? ווי אזוי געבן זיך מענטשן אן עצה אינעם טאג טעגליכן לעבן אן די עצה פון התבודדות? מען קען דאך משוגע ווערן פון די שוועריקייטן וואס גייען דורך יעדן טאג אויף מענטשן?!'


אויף אות ד. וועל איך אייך ענטפערן אם ירצה ה' מארגן אדער אין א אנדערע געלעגנהייט.


איך דארף לויפן צו די בחורים.


נאכאמאל, איך בין טאקע זייער פארנומען אבער דאס מיינט נישט אז איר זאלט נישט שרייבן.


איר קענט ווייזן דעם בריוו פאר אייער מאן; על כל פנים דער חלק פון שיקן א ריינע קינד צו א מלמד וואס איז פארדארבן.


א גוטע נאכט.