בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בראשית, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן
... נרו יאיר, מאנסי
איך האב דיך שוין אזא לאנגע צייט נישט געזען און נישט געהערט, איך האב געמיינט אז אין אומאן ביים הייליגן רבינ'ס קיבוץ וועל איך דיך זען, איך האב דיך אבער נישט געזען; איך האף דו ביסט נאך שטארק אין דיין עבודת השם, דו לעבסט מיטן רבינ'ס עצות, בעיקר מיט די עצה פון זיין בקי ברצוא און בקי בשוב, אז אפילו ווען עס גייט נישט די עבודת השם זאל מען וויסן אז דארט וואו מען געפינט זיך – איז מען אויך נעבן דעם אייבערשטן, און דארט זאל מען אויך רעדן צום אייבערשטן, און פון דארט שרייען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך וויל זיך צוריק קערן צו דיר, איך וויל זיין נאנט צו דיר, איך וויל שוין מער נישט טון קיין נארישקייטן".
דאס איז די טיפע לימוד וואס דער הייליגער רבי לערנט מיט אונז, מען זאל וויסן אז סיי 'אם אסק שמים', ווען מען דינט דעם אייבערשטן – 'שם אתה', אז מען דארף נאך גיין מער און מער, און ווען 'ואציעה שאול', מען טראסקעט אראפ – 'הנך', איז דער אייבערשטער אויך מיטן מענטש, עמך אתך ואצלך, מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר, און אויך פון דארט קען מען דינען דעם אייבערשטן און זיך אויפהייבן.
מיר דארפן דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר ווייסן פון רבי'ן, פון זיינע עצות, מיר דארפן טאנצן און שפרינגען אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו.