בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת פנחס, כ' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
די ערשטע זאך זאלט איר מעלדן פאר די פאליציי און איינשפארן דעם מניוול אין תפיסה אן קיין רחמנות.
צווייטנס, איר זאלט זיך נישט קלאפן מיט וואס עס איז געשען, איר זענט נישט שולדיג, די תורה זאגט (דברים כב, כו): "כִּי כַּאֲשֶׁר יָקוּם אִישׁ עַל רֵעֵהוּ וּרְצָחוֹ נֶפֶשׁ כֵּן הַדָּבָר הַזֶּה", עס איז אזוי ווי א רוצח קומט און הרג'עט; איר האט דאס נישט געוואלט טון, איר זענט אומשולדיג; זאלט איר זיך נישט קלאפן.
דריטנס; שפארט זיך נישט איין אין שטוב, גייט יא ארויס צווישן מענטשן, גייט אן מיט אייער לעבן, גייט שפאצירן מיט אייער משפחה, און אויב עס איז אייך שווער, איר קענט נישט אויסהאלטן וואס איז געווען, די זאך לויפט אייך נאך אן אויפהער - זאלט איר נעמען די עצה פון רבי'ן, די עצה פון תפילה והתבודדות; שמועסט אויס אייערע מחשבות, אייערע בלבולים מיט'ן אייבערשטן; דערציילט אים אלעס, דאס וועט אייך העלפן.
תפילה והתבודדות איז אזוי שטארק, עס געבט דעם מענטש נייע מוחין, עס ווייזט א ליכטיגקייט אין די גרעסטע פינסטערניש; עס עפנט די פארקניפסטע קניפן, עס שלעפט ארויס פון די גרעסטע פלאנטער.
בעטס דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר, איך בין אזוי מיאוס אריינגעפאלן מיט א מניוול און דאס לאזט מיר נישט קיין מנוחה; איך קען נישט אנגיין ווייטער מיט מיין לעבן, איך קען נישט זיין א מאמע פאר מיינע קינדער. איך בעט דיר אייבערשטער, האב רחמנות אויף מיר, העלף מיר איך זאל זיך קענען באנייען, איך זאל קענען אנהויבן דאס לעבן פונדאסניי ממש, איך זאל זיך קענען ליידן, איך זאל פארגעסן וואס איז געווען, און העלף מיר, היט מיר - איך זאל נישט אנקומען צו אזעלכע זאכן, איך זאל נישט האבן צוטון מיט אנדערע, איך זאל לעבן א גוט לעבן מיט מיין מאן, מיט ליבשאפט און מיט שלום".
אזוי זאלט איר בעטן, און לייגט צו אייערע אייגענע תפילות, וועט איר זען ביז א קורצע צייט וועט איר צוריק ווערן געזונט און שטארק.
ווייזט דעם בריוו פאר אייער מאן, וועט ער זיך אויך מחזק זיין, און איר וועט זיך אינאיינעם שטארקן.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.