בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת אחרי קדושים, ב' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר, וויליאמסבורג
אלץ בעטסטו ברכות און סגולות צו מצליח זיין אין דיינע געשעפטן; עס איז דא איין סגולה, וואס אז דו וועסט דאס טון - וועסטו זיכער מצליח זיין, אבער עס איז נישט קיין גרינגע סגולה. דער רבי זאגט (ספר המדות אות שמחה חלק ב, סימן א): "מִי שֶׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד, עַל יְדֵי זֶה הוּא מַצְלִיחַ", ווער עס איז שטענדיג פרייליך - איז מצליח אין לעבן; די זאך איז אבער נישט גרינג, עס איז גרינגער צו פארן צו אלע מקומות הקדושים און צו טון שווערע סגולות - ווי פאלגן דעם רבי'ן מיט זיין פרייליך, און אין דעם ליגט דיין הצלחה.
קומענדיגע וואך געפאלט פסח שני, מיר לערנען זיך פון פסח שני אז ביי א איד איז קיינמאל נישט שפעט, מען קען אלץ אנהייבן דינען דעם אייבערשטן, ווי לאנג מען לעבט קען מען תשובה טון, מען קען אלעס פאררעכטן; אזוי ווי דער גרויסער צדיק רבי ישראל סאלאנטער זכותו יגן עלינו האט געזאגט. אמאל איז ער אריין אביסל שפעט ביינאכט צום שוסטער און אים געפרעגט אויב ער נעמט נאך אן אזוי שפעט צו פאררעכטן זיינע שיך, האט דער שוסטער געזאגט: "רבי, כל זמן די לעכט ברענט - קען מען נאך פאררעכטן"; דער צדיק איז זייער נתעורר געווארן פון דעם און ער פלעגט דאס חזר'ן ביי זיינע דרשות, ער פלעגט זאגן: "רבותי כל זמן די לעכט ברענט, דאס מיינט מען דעם 'נר ה' נשמת אדם' מען לעבט נאך - קען מען אלעס פאררעכטן"; און דאס איז בעצם דער לימוד פון פסח שני, אז אפילו מען זעט זיך טמא לנפש, מען האט פארפאסט קרבן פסח - קען מען נאך זוכה זיין צו מאכן דעם 'פסח שני'.
דעריבער זאלסטו נישט זינגען מער דעם ניגון: 'איך בין שוין שפעט, איך האב שוין פארפאסט אלעס, און נאר אויב איך וועל מגולגל ווערן נאכאמאל אפשר דעמאלט וועל איך דינען דעם אייבערשטן, אבער אין דעם גלגול איז שוין שפעט'; עס איז נישט אמת, ביי א איד איז קיינמאל נישט שפעט; מען קען אלץ פאררעכטן, מען קען אלץ אנהייבן סיי בגשמיות און סיי ברוחניות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.