בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - א אידישע הויז דארף זיין ריין און זויבער
ריינקייט, שטעטל, סכנה, דרייוון, זומער

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שמיני, כ"ז ניסן, מברכין החודש, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד אנשי שלומינו, תושבי קרית ברסלב ליבערטי, ה' עליהם יחיו


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין מיט אנשי שלומינו יום טוב פסח אין קרית ברסלב, עס איז מיר געווען א תענוג און א פארגענוגן צו זען די אינגעלייט דאווענען אזוי ווארעם, די טאטעס זיצן מיט די קינדער ביים דאווענען, מען לאזט נישט די קינדער אויף הפקר; די פרויען אזוי איידל אנגעטון; ממש א שיינקייט פון א שטאט. אפגערעדט די תמימות פון די קינדער ווי אזוי זיי רעדן צום אייבערשטן; יעדע זאך וואס זיי דארפן ווייסן זיי צו וועם זיך צו ווענדן.


איך וויל אבער זיין מיט אייך זייער אפן, איין זאך וואס האט מיר געשטערט דעם יום טוב; עס זענען דא משפחות וואס עס איז א שרעק צו זען ווי אזוי זיי פירן זיך אויף, עס עקלט אריבערצוגיין זייער הויז, ווי שמוציג און נאכגעלאזט עס איז אינדרויסן, איך קען זיך נישט פארשטעלן וואס טוט זיך אינעווייניג ווען אינדרויסן איז אזוי שמוציג. עס באדערט מיר זייער שטארק, ווייל מיר בויען א שטאט על שם רבינו און ביים רבי'ן איז דאך געווען נקיות אזוי וויכטיג, ווי פאסט עס מען זאל אזוי בויען דעם שטעטל...


מען רעדט נישט דא פון רוב שטעטל, רוב שטעטל איז זויבער, אבער די פאר משפחות וואס זענען נאכגעלאזט מאכט אזא שלעכטע גערוך פאר אונז אלע, אז עס פארגייט די אפעטיט פון זיין דארט.


איך בעט און איך ווארן, אלע משפחות וואס זענען אין אונזער קהילה דארפן אכטונג געבן עס זאל זיין שיין זויבער אינדרויסן פון שטוב; מען זאל קענען טייטלען מיט די פינגער 'דא וואוינט א ברסלב'ער איד, דא וואוינט א תלמיד היכל הקודש, זויבער ריין'.


אויך בעט איך אייך אלע איר זאלט נישט אפשטעלן די קאר אויפ'ן גאס ביים בית המדרש; מיר האבן באצאלט פופצן טויזנט דאללער צו מאכן דעם פארקינג לאט נעבן דעם בית המדרש, מען קען נישט לאזן די קאר אויבן אויפ'ן גאס, די שכינים ווערן ברוגז, מען מאכט זיך אליינס שאדן. דער אויבערהאר פון ליבערטי רופט מיר מיט טענות וכו', אלעס פאלט אויף מיר, איך האב גענוג אויף מיר, עס פעלט מיר נישט אויס נאך פראבלעמען.


נאך א זאך וואס איך וויל איבערגיין מיט ענק, איך האב איך שוין געבעטן און געשריבן פאריאר זומער מען זאל פארן שטייט, מען זאל נישט פארן שנעל; בפרט זומער ווען די קינדער הייבן אן שפילן אין גאס איז דאס א גרויסע סכנה און סיי מען רעגט אויף די שכינים. איך שרייב נאכאמאל, איך בעט אייך איר זאלט זיך אליינס נישט שלעכטס טון, איר זאלט אכטונג געבן אויף אייערע קינדער, אויף אייער לעבן.


א פרייליכן שבת.