בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת דברים, ה' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
איך בעט אייך זייער, לאזט אייך נישט צעברעכן פונעם יצר הרע; דער יצר הרע פארגינט אייך פשוט נישט. איר האט א שיינע לעבן, א וואוילער מאן מיט לעכטיגע קינדער, ער וויל דאס אייך אוועק נעמען, ער וויל אייך אומגליקליך מאכן.
עס איז א נארמאלע זאך אז א אידישע מאמע זאל ווערן איבער געשטרענגט; דערפאר זאלט איר זיך נישט אראפקלאפן ווען איר זעט אז איר האט נישט קיין כח וכו'. יעדע אידישע פרוי וואס האט קליינע קינדערלעך ווערט איבער געשטרענגט און שפירט יעדן טאג ווי זי פאלט פון די כוחות, דער פראבלעם איז, אז מען מיינט אז מען האט א פראבלעם, מען זעט נישט וואס טוט זיך אפ אין אנדערע הייזער.
דאס אליינס אז מען טראכט א גאנצן טאג: 'איך האב א פראבלעם', דאס מאכט נאך די מערסטע אנגעצויגן - מען איז אנגעצויגן אויף דעם אז מען איז אנגעצויגן, ביז דער מענטש ווערט טאקע א פראבלעם.
אויב איר פארלירט זיך אז איר האט געשריגן אויף אייער מאן און קינדער, זאלט איר נישט ווערן דעפרעסט פון דעם און זיך קלאפן: "איך בין נישט געזונט"; "איך בין נישט נארמאל", נאר איר זאלט אנהייבן פון דאסניי; פארגעסט וואס איז געווען און זיך נישט אראפ קלאפן.
מען טאר זיך נישט ארום דרייען מיט א שולד געפיל אויפן פארגאנגענהייט, נאר שטענדיג פארגעסן וואס עס איז געווען און אנהייבן פון פריש; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, אבער ביי מיר איז שכחה א מעלה", מענטשן רעדן זיך אפ אז זיי האבן נישט קיין גוטע זכרון, זיי פארגעסן וואס עס איז געווען, מען מיינט אז דאס איז א חסרון, אבער עס איז פארקערט, עס איז נאר א מעלה, ווייל ווען עס וואלט ווען נישט געווען שכחה וואלט מען נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, ווייל מען וואלט נישט אויפגעהערט צו טראכטן פונעם פארגאנגענהייט, פון אלע דורכפעלער און אלע פראבלעמען וואס מען איז דורך, און דאס וואלט געמאכט אז דער מענטש זאל נישט וועלן נאכאמאל פרובירן צו זיין אן ערליכער איד, אבער יעצט אז עס איז דא שכחה, קען מען זיך באנייען און אנהייבן פון דאסניי.
וויסן זאלט איר אז מען קען אלעס פועל'ן מיט תפילה; בעטס דעם אייבערשטן אויף אידיש: "רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות! איך ווייס נישט וואס צו טון מיט מיר, איך ווער זייער שנעל גערעגט אויף מיין מאן. איך שריי אויף אים, איך שריי אויף מיינע קינדער, און נאכדעם ווער איך גערעגט אויף מיר אליינס, איך קען זיך נישט ליידן. איך שפיר ווי איך האלט עס מער נישט אויס; איך בין נישט רואיג, און איך בין נישט פרייליך.
הייליגער באשעפער, איך וויל נישט מיין מאן זאל אוועקלויפן פון מיר און מיר איבערלאזן מיט מיינע קינדער; העלף מיר איך זאל זיין פרייליך און איך זאל זיך נישט אויפרעגן. הייליגער באשעפער, איך האב נישט קיין כח, איך שפיר ווי איך פאל פון מיינע כוחות. יעדן טאג מאך איך אפ צו זיין א וואוילע ווייב און א וואוילע מאמע, אבער איך ווער שנעל אויפגערעגט".
אזוי זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן; האטס נישט מורא צו וויינען צום אייבערשטן. יעדע טרער וואס מען פארגיסט צום אייבערשטן ווערט אוועק געלייגט אויבן אין הימל, דער אייבערשטער נעמט דאס אן און שיקט ישועות פארן מענטש.
איך וועל ענק העלפן; איך האב זיך אזוי פיל אוועק געגעבן פאר ענק, וועל איך נישט לאזן אז דער יצר הרע זאל צעברעכן אייער שטוב.