בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, ו' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן
מרת ... תחי'
דא האט איר א תפילה צו זאגן יעדן טאג:
"הייליגער באשעפער איך לויב דיך און דאנק דיך פאר אלע חסדים און טובות וואס דו טוסט מיר, וויפיל איך זאל נאר דאנקען וועל איך נישט אנקומען צו דאנקען אויף אלעס גוטס וואס דו טוסט מיט מיר.
אייבערשטער איך וויל זיך צו דיר אויסרעדן עפעס גאר פריוואט, מיין יונגסטע שוועסטער האט נאכנישט קיין קינדער און דאס טוט מיר אזוי שטארק וויי, איך קען עס נישט נעמען, ספעציעל ווען איך מאך א שמחה, אנשטאט איך זאל זיך פרייען - ווערט מיין הארץ פארקלעמט מיט די צער פון מיין שוועסטער; אנא ה', העלף מיין שוועסטער זי זאל אויך מאכן שמחות, און העלף מיר איך זאל זיך קענען שטארקן, איך זאל קענען קאנטראלירן מיינע מחשבות, זיך פרייען ביי מיינע שמחות, נישט אויסמישן די שמחות מיט די געפילן וכו', איך זאל דיך שטענדיג דאנקען, און שטענדיג זיין נאר בשמחה, אמן".