בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
עס איז נישט כדאי צו מאכן די סארט זאכן פאר הפצה; וואס פעלט אויס זיך צו רייצן וכו'? אונזער וועג פון הפצה איז מיד ליד באופן צנוע; איידעלערהייט גיין פון מענטש צו מענטש אויסטיילן ספרים און קונטרסים, גליונות, סידיס וכדומה, שטילערהייט לייגן נאך און נאך אייער; ביז דערווייל וועלן אלע מיינען אז דאס זענען זייערע חסידים, אזוי ווי רבי נתן זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תרג) דער רבי האט אונז דערציילט, עס איז דא א פייגל וואס לייגט זייער אסאך אייער, די פייגל לייגט אזויפיל אייער אז עס איז נישט מעגליך פאר די פייגל זי זאל קענען זיצן אויף אלע אייער אויף איינמאל און געבוירן פייגלעך, האט דער אייבערשטער אריינגעלייגט אינעם פייגל א טבע אז זי שווינדלט אריין אייער אין אנדערע נעסטן. די פייגל פון די אנדערע נעסטן כאפן נישט, זיי ווייסן נישט פון די שפיל, זיי מיינען אז דאס זענען זייערע אייער, די פייגל פון די אנדערע נעסטן זיצן אויף די אייער ביז עס ווערן געבוירן פייגלעך, אזוי טוט די פייגל מיט אסאך נעסטן, אלע פייגלעך מיינען אז די אייער זענען זייערע אייער, ביז די פייגל, די עכטע מאמע - געבט א פייף, און ווען די אלע געבוירענע פייגלעך הערן די פייף הייבן זיך אלע אויף פון זייער נעסט און פליען מיט די עכטע מאמע.
רבי נתן פירט אויס: "וְהַנִּמְשָׁל מוּבָן מְעַט לְמִי שֶׁיּוֹדֵעַ אֵיזֶה רֶמֶז מֵעִנְיַן גְּדֻלַּת עֵסֶק הַנְהָגַת שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה עִם הָעוֹלָם", די נמשל פארשטייען שוין די וואס ווייסן ווי אזוי דער רבי מאכט מיט זיינע מקורבים; די אלע וואס קומען צו לויפן פון אנדערע חסידות'ן צום רבי'ן, די אלע זענען דעם רבינ'ס מענטשן, די באלאנגען צום רבי'ן, דער רבי האט זיי שטילערהייט צוריק געברענגט צום אייבערשטן; זיי געשטארקט, זיי פרייליך געמאכט, דער רבי האט זיי ארויסגענומען פון וואו זיי זענען געלעגן, וואס נאר דער אייבערשטער ווייסט.
אינדרויסן מיינט מען אז זיי באלאנגען צו אנדערע פייגלעך, צו דעם רבי'ן, צו דעם מפורסם וכו' וכו', אבער באמת זענען זיי דעם רבינ'ס אייער, און ווען דער רבי געבט איין פייף, דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", מיין ראש השנה איז העכער פון אלעס, "אִישׁ לֹא יֵעָדֵר", קיינער טאר נישט פעלן, - קומען אלע קיין אומאן; אלע לאזן איבער זייערע נעסטן און קומען צום הייליגן רבי'ן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.