בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא א', ראש חודש סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן
מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, בני ברק
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
קום נישט יום טוב קיין אמעריקע, עס איז נישט שייך איבערצולאזן די משפחה; עלטערן דארפן זיין יום טוב אין שטוב, און אז דו ווילסט זיין ביים הייליגן קיבוץ - איז אין אמעריקע גארנישט מער ווי ביי ענק אין בני ברק; ענקער חבורה איז אזוי שיין, קענסט דארט מקבל זיין אלע הייליגע זאכן; ווייל דער הייליגער רבי האט קלאר געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן קפה), "דארט וואו מען וועט זיך ליב האבן און מען וועט רעדן פון מיר - דארט וועל איך זיין".
בלייב אין שטוב מיט די קינדער, ספעציעל יעצט ווען מיר שטייען אינעם הייליגן יום טוב שבועות, זמן מתן תורתינו - זאלסטו זיך מחזק זיין צו זיין מער אין שטוב צו קענען מחנך זיין דיינע קינדער, ווייל ווען דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה פאר די אידן, האט ער געבעטן (שיר השירים רבה א, ד): "הָבִיאוּ לִי עֲרֵבִים טוֹבִים שֶׁתִּשְׁמְרוּהָ", ברענגט מיר א גאראנטי אז איר וועט היטן די תורה, די אידן האבן פרובירט צו ברענגען ערבים, אבער דער אייבערשטער האט דאס נישט אנגענומען, ביז די אידן האבן געזאגט: "בָּנֵינוּ עוֹרְבִים אוֹתָנוּ", אונזערע קינדער זענען אונזערע גאראנטיס אז מיר וועלן האלטן די תורה, האט דער אייבערשטער געזאגט: "הָא וַדַּאי עֲרֵבִים טוֹבִים", דאס זענען גוטע גאראנטיס, "עַל יְדֵיהֶם אֶתְּנֶנָּהּ לָכֶם", בזכות די קינדער וועל איך ענק געבן די תורה; איז יעצט אינעם הייליגן יום טוב שבועות, זמן מתן תורתינו, דארפן מיר זיך שטארקן צו אכטונג געבן אויף די קינדער זיי זאלן לערנען און דאווענען.
מענטשן ניצן פרנסה פאר א תירוץ אראפ צו נעמען די שולד געפיל אז מען מאכט נישט קיין צייט פאר די קינדער; עס איז נישט ריכטיג, ווייל אפילו מען איז פאריאגט צו ברענגען פרנסה דארף מען נאכאלץ מאכן צייט אויסצולערנען די קינדער דרך ארץ, מידות טובות און יראת שמים. עס גייט אריבער די פאר יאר וואס מען לעבט, און וואס בלייבט פונעם מענטש? געלט און הייזער בלייבט נישט, די איינציגסטע זאך וואס בלייבט - איז דורות, און אז מען האט שכל, מען געבט אוועק צייט און כח פאר די קינדער, זיי אויסלערנען דאווענען, אויסלערנען מאכן ברכות, ליינען קריאת שמע, און אויף זיי נאכקוקן ווער זייערע חברים זענען, ווי די קינדער זענען אין די פרייע צייט - איז מען זוכה צו זען שיינע דורות, ערליכע דורות.
וויסן זאלסטו, נישטא קיין גרעסערע זאך ווי מחנך זיין די קינדער צו זיין ערליך און צו היטן די תורה, אפילו עס נעמט אוועק פון דיין צייט, עס גייט אויפן חשבון פון עבודת השם. מוהרנ"ת האט זייער אכטונג געגעבן זיך צו לייגן פרי צו קענען אויפשטיין זאגן תיקון חצות, מיט דעם אלעם, ווען ער האט געהאט קינדער אין שטוב און מען האט זיי געדארפט מחנך זיין - פלעגט ער אויפבלייבן זיי אפווארטן ווען זיי קומען אהיים פון חדר, פון ישיבה, ער האט געזאגט: "מיר איז חשוב די עבודה פון חינוך אזוי ווי די עבודה פון אויפשטיין חצות, קלאגן אויפן חורבן".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א גוטן חודש.