בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת נשא א', ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
איך פריי זיך צו הערן אז איר זענט א געטרייע ווייב, איר מאכט יעדן טאג עסן, אפילו עס איז אייך שווער, און אז איר זענט שטענדיג גרייט פאר אייער מאן וכו' וכו'; דאס איז אן אישה כשירה, דאס איז אן ערליכע פרוי העושה רצון בעלה, וואס טוט דעם מאן'ס ווילן.
זייט שטארק, זייט א גוטע ווייב, לאזט נישט אריין די טעלעפאן אין שטוב. זאגט אייער מאן אז אויף דעם קענט איר נישט מוותר זיין; אלעס איז פיין, אלעס איז וואויל, אבער אין שטוב זאל נישט אריין קומען די מלאך המות.
ווי אזוי איר וועט אוועק שטעלן אייער שטוב יעצט נאך די חתונה - אזוי וועט עס זיין; אז מען הויבט אן נישט גוט, שפעטער איז שוין זייער שווער צוריק צו דרייען.
אייער מאן איז טייער און וואויל, אבער ער דארף אייער שטארקייט. איר קענט אים האלטן אין פארעם, איר קענט אוועק שטעלן א שיינע חסידי'שע שטוב.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.