בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - א אינגערמאן וואס וויל שלום בית, דארף זיין א וותרן אין שטוב
חינוך הילדים, שלום בית, חמשה עשר באב

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וויפיל איך שרייב דיר וועגן רעדן שיין אין שטוב צו די ווייב, זע איך אז עס איז נישט גענוג, איך דארף דיר נאך שרייבן; ממש וואס רבי נתן האט געזאגט, ער וואלט ווען געדארפט מחבר זיין נאך א גאנצע סעט ליקוטי הלכות אויף שלום בית (עס איז דא א יש אומרים, נאך אכט מאל ווי די ליקוטי הלכות).


איך בעט דיר זייער, געב נאך אין שטוב; וועסטו האבן א זיסע לעבן. הער א שיינע מעשה, אין שנת תשע"א, חמשה עשר באב, איז מוהרא"ש געקומען צו אונז אין קעמפ, (די קעמפ איז געווען יענע יאר אין עלענוויל). מיר האבן אנגעגרייט א סעודה, מוהרא"ש האט גערעדט, און בתוך הדברים האט מוהרא"ש געזאגט פאר די בחורים: "איך זאג צו אלע וואס וועלן לערנען און ענדיגן יעדן טאג גאנץ מסכת תענית; פערציג מאל, פון ט"ו באב ביז ראש השנה, זאג איך צו, זיי וועלן טרעפן זייער שידוך". איינער פון די אברכים איז דעמאלט צוגעגאנגען צו מוהרא"ש און געפרעגט, היות ער פלאגט זיך מיט שלום בית, וויל ער וויסן אויב ער וועט זאגן פערציג טעג מסכת תענית, צי עס וועט אים בעסער מאכן זיין שלום בית, האט אים מוהרא"ש געזאגט מיט א שמייכל: "א אינגערמאן וואס וויל שלום בית דארף זיין א וותרן אין שטוב".


געב גוטע ווערטער פאר דיינע קינדער און באזונדער פאר זייערע מלמדים. אויך זאלסטו זיך נאכפרעגן אויף זיי, און געבן די גוטע געפיל אז דו ביסט זיי מכיר טובה, און זאלסט זיי טאקע מכיר טובה זיין. מען האט נישט קיין אנונג וואס א מלמד און טיטשער גייען אריבער א שעה אין טאג, נאר אז דו וועסט איין טאג זיין א מלמד - וועסטו אנהויבן כאפן די חשיבות פון א מלמד און ווי מען דארף זיי מכיר טובה זיין.


איך האב נאך אסאך צו שרייבן אבער איך בין זייער פארנומען, ברוך ה' מיט גוטע זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.