בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אכטונג געבן אויף די ווייב זי זאל נישט וויינען
שלום בית, שווער און שוויגער, מדות טובות, געפילן

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהר, י"ט אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך זאג דיר צו אז אויב דו וועסט אכטונג געבן אויף דיין ווייב זי זאל נישט וויינען וועסטו זוכה זיין צו גרויסע ניסים און גרויסע ישועות, בפרט אויף די נס וואס דו שטייסט און ווארסט ווען וועסטו שוין געהאלפן ווערן וכו'.


אז מען געבט אכטונג אויף א צווייטנ'ס געפילן, בפרט אויף א ווייב איז מען זוכה צו ניסים שלא כדרך הטבע. הער א מעשה פונעם ירושלימ'ער רב - רבי יצחק יעקב ווייס זכרונו לברכה - דער מנחת יצחק. ווען ער איז א חתן געווארן מיט זיין ערשטע ווייב פאר'ן קריג האט ער נישט געזען די מיידל, און דער שדכן האט זיי אויסגענארט אז אלעס איז בסדר. ווען מען האט געהאלטן א וואך פאר די חתנה איז ער געפארן מיט זיין מאמע צו די שטאט וואו די מיידל האט געוואוינט זיך צוגרייטן צו די חתונה וואס וועט פארקומען דארט אין שטאט, ווען זיין מאמע האט צום ערשטן מאל געזען די כלה האט זי געזען אז זי איז א בעלת מום לא עלינו, האט זי געזאגט פאר'ן חתן: "מען לאזט אלעס אפ; דו גייסט נישט חתונה האבן מיט א בעלת מום", האט דער ירושלימ'ער רב געזאגט: "מאמע, מען קען נישט וויי טון א כלה; די כלה גרייט זיך חתונה צו האבן, קען מען איר נישט וויי טון", האט זי אים געפרעגט: "וואס? דו ווילסט חתונה האבן מיט א פעלערדיגע מיידל?" האט ער געזאגט: "ניין, איך וויל נישט חתונה האבן מיט א פעלערדיגע מיידל, אבער מען קען איר נישט וויי טון".


בקיצור, ער האט חתונה געהאט מיט איר און געהאט פון איר איין קינד; ביים קריג איז זי נעבעך אומגעקומען אויף קידוש השם מיט אלע קדושים און ער האט חתונה געהאט מיט א צווייטע ווייב, שפעטער ווען זי איז אוועק האט ער חתונה געהאט א דריטע מאל. למעשה האט זיך אויסגעשטעלט אז פון צווישן זיינע דריי ווייבער האט ער נאר געהאט קינדער מיט די ערשטע, און פון דעם קינד איז געבליבן הונדערטער אייניקלעך. האט ער געזאגט: "איך זע אז איך קען נישט האבן קיין קינדער, און די איין קינד האט מיר דער אייבערשטער געגעבן א מתנה פאר'ן נישט וויי טון די כלה".


דאס זעלבע זאג איך דיר, אז א יונגערמאן געבט אכטונג אויף זיין ווייב, ער האלט זיך איין פון טשעפען, פון נישט רעדן שיין און ער בלאזט נישט אויף איר וכו' וכו', איז מען זוכה צו גרויסע וואונדער. אפילו מען קען נישט האבן קיין קינדער מאכט דער אייבערשטער א נס אז מען האט קינדער.


זיי מיר מוחל אבער איך ווייס נישט וואס דו ווילסט; איך האב איבער געליינט דיין בריוו אפאר מאל און פרובירט צו כאפן וואס שטערט דיר און צו זען אויב איך ליין גוט. איך פארשטיי נישט פארוואס דו ביסט אנגעווייטאגט; דו - ברוגז אויף דיין שווער און שוויגער?! זיי האבן דיר אריין גענארט אז מען האט דיר נישט דערציילט דיין ווייב'ס פראבלעמען?! וויל איך דיר פרעגן: "וואס איז מיט דיינע פראבלעמען וואס דו האסט, און מיט דיינע סודות וואס דו שלעפסט?" דיין ווייב אין איר וויסטן חלום וועט נישט וויסן דיין סוד וואס דו שלעפסט מיט דיר, און דו האסט נאך טענות אויף איר?! דיין שווער און שוויגער ווייסן אויך נישט דיינע סודות וכו' און דו האסט טענות אויף זיי?! יעצט זע איך וואס חכמינו הקדושים זאגן (משנה נגעים ב, ה): "כָּל הַנְּגָעִים אָדָם רוֹאֶה חוּץ מִנִּגְעֵי עַצְמוֹ", אלע פעלערס זעט מען חוץ די אייגענע פעלערס.


איך מוז דיר זאגן אז עס טוט מיר זייער וויי צו הערן פון דיר אז דו האסט גורם געווען דיין ווייב זאל וויינען; נאכן זיין אזויפיל יארן אין היכל הקודש האסטו נאך אלץ נישט אריין גענומען אין דיר אז מען טאר נישט וויי טון די ווייב?


דיין שווער און שוויגער זענען זייער וואוילע מענטשן און זיי זוכן נישט דיין שלעכט'ס; אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר פירט מען פון הימל כדי דיר צו ברענגען נאך א טריט נענטער צום אייבערשטן, דו זאלסט אנערקענען אז דער אייבערשטער פירט די וועלט און קיין שום זאך איז נישט קיין פערצופאל, נאר מיט א חשבון פונעם אייבערשטן. יעדנ'ס מאן און יעדנ'ס ווייב - אלעס איז דער אייבערשטער.


א שאד אז דו קריגסט זיך מיט זיך אליינס און דו האלסט חשבונות פון יארן צוריק; א שאד אז דאס ביסל וואס מען לעבט זאל מען זיך אויפעסן. דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "וועלטעלע וועלטעלע, דו ביסט נישט ווערד א קרעכץ".


איך האב געהאט א טובה פון דיין בריוו. מיטוואך נאכמיטאג פאר די ל"ג בעומר סעודה האב איך געבעטן דעם אייבערשטן ער זאל מיר געבן דיבורים וואס צו רעדן ביי די סעודה אין ישיבה; איך האב געטראכט צו זיך: 'פון וואס זאל איך רעדן, פון די זעלבע זאכן נאכאמאל און נאכאמאל? אלע ווייסן שוין פון רעדן צום אייבערשטן, אלע לערנען שוין דעם סדר דרך הלימוד און זיכער האבן שוין אלע דא שלום בית, פון וואס זאל איך רעדן?' איך האב ווייטער געבעטן דעם אייבערשטן איך זאל וויסן פון וואס צו רעדן, פונקט דעמאלט איז מיר אנגעקומען דיין בריוו. איך האב דאס געליינט נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל, איך האב געקוקט צי איך זע גוט וואס דו שרייבסט אז דו האסט וויי געטון דיין ווייב וכו' און זי האט געוויינט וכו', דו ביסט ברוגז אויף טויזנט מענטשן; אויף דיין שווער, שוויגער, שוואגערס און שוועגערנס וכו' וכו'. האב איך געזען אז איך דארף פשוט רעדן נאכאמאל פשוט'ע דיבורים פון שלום בית, פון קוקן גוט אויף א צווייטן און פון זיך מבטל זיין צום אייבערשטן.


איך האף אז דו וועסט תשובה טון, דו וועסט איבער בעטן דיין ווייב און דו וועסט ארויסנעמען פון דיר די שנאה צו דיין שווער און שוויגער; דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו ווערן געהאלפן מיט וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.