בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויגש, ג' טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
בנוגע טרינקען א קאווע פארן דאווענען און צובייסן א שטיקל שאקאלאד; עס איז נישט גלייך, ווייל אפילו צו טרינקען א קאווע איז שוין אויך א בדיעבד, ווייל פארן דאווענען שטייט זייער הארב מען זאל נישט עסן און נישט טרינקען; און דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רעז), אפילו וואסער טרינקט ער נישט פארן דאווענען; און מען רעדט פון חצות ביז נאך שחרית, דער רבי איז אויפגעשטאנען ביי חצות און אפילו אזוי האט ער נישט געטרינקען אפילו וואסער; איז אפילו מיר זענען מקיל יא צו טרינקען א קאווע צו קענען דאווענען מיט ישוב הדעת, איז אבער עסן שאקאלאד נישט כדאי.
ובנוגע טרינקען רע"ד בו"ל; איך פארשטיי נישט וואס איז דיין פראגע, ווי מעג מען טרינקען א טרונק וואס האט נישט קיין הכשר? נאכמער, עס האט געהאט א הכשר און מען האט עס אראפגענומען, איז וואס איז בכלל די פראגע? דאס וואס דו זאגסט אז מענטשן זאגן מען מעג עס טרינקען, דאס איז נישט קיין הכשר; 'מענטשן זאגן' – איז נישט קיין הכשר.
הייב אן דיין טאג מיט ח"י פרקים משניות, און זאג דעם יום תהילים; זינג די קאפיטלעך מיט א ניגון און פלעכט אריין דיינע אייגענע תפילות ובקשות אין אידיש.