בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אכטונג געבן וואו די קינדער דרייען זיך אין שול
קדושה, חינוך הילדים, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, נר א' דחנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין דעם זכות זאלסטו האבן הצלחה אין אלע ענינים.


איך האף אז פון היינט און ווייטער וועסטו טון וואס מיר האבן גערעדט; איך וועל פרובירן אז דער בנין הישיבה ותלמוד תורה זאל זיין פארשפארט יעדן שבת ויום טוב אז קינדער און בחורים זאלן זיך נישט דרייען דארט אן קיין השגחה. אבער אויב דו זעסט אז כיתות זענען אפן זאלסטו ארומגיין בשעת'ן דאווענען כמה פעמים און ווען דו זעסט קינדער זיך דרייען זאלסטו זיי זאגן: "דער ראש ישיבה לאזט נישט דא זיין", נאר זיי זאלן זיין אדער אין בית המדרש אדער אינעם האלווע"י פארן בית המדרש וואו עס איז ליכטיג און מען דריידט זיך דארט.


מען דארף זייער אכטונג געבן אויף קינדער אז זיי זאלן אויפוואקסן בקדושה ובטהרה; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כג:): "הָרָגִיל בְּנֵר - הַוְיָן לוֹ בָּנִים תַּלְמִידֵי חֲכָמִים"; זאגט מוהרא"ש אז 'נר' מיינט מען צו זאגן דער וואס זוכט נאך זיינע קינדער אז זיי זאלן זיין אפגעהיטן, אזוי ווי חז"ל זאגן (פסחים ז:): "חִפּוּשׂ מִנֵּרוֹת"; זעט מען אז 'נר' מיינט זוכן – דער וועט האבן גוטע קינדער.


אויב קינדער האבן א ריינעם יסוד איז אלעס גרינגער נאכדעם, ווייל אלעס ווענדט זיך אינעם יסוד.


אויך וויל איך דו זאלסט מיר איבערגעבן די נעמען פון אלע בחורים וואס דרייען זיך אין די ליידיגע קלאסן.


איך האב נישט קיין מנוחה ווי לאנג דער בנין איז אן א השגחה.


...