בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אלע גוטע זאכן וואס איר טוט פאר'ן מוסד וועט מען לייגן אויפ'ן וואגשאל
סקול, מוסדות, ראש השנה, זכותים

בעזרת ה' יתברך


 


יום ה' פרשת נצבים-וילך, כ"א אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


לכבוד דעם נייעם יאר וואונטש איך אייך א זיסע ליכטיגע יאר צוזאמען מיט אייער חשוב'ער מאן ... נרו יאיר.


אייער מאן העלפט מיר זייער דורכאויס דעם גאנצן יאר, די אלע גוטע זאכן וואס איר טוט פאר'ן מוסד וועט מען לייגן ראש השנה אויפ'ן וואגשאל און עס וועט ענק העלפן פאר א גוטע זיסע יאר.


אויך דאנק איך אייך פאר'ן קומען לערנען מיט די מיידלעך; די תלמידות האבן אייך זייער ליב, זיי האבן הנאה פון דאס וואס איר לערנט מיט זיי, פראקטישע עצות פאר'ן לעבן.


איך וואונטש אייך אלע ברכות וואס איר ווארט און ווילט.


א גוט געבענטשט יאר.