בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בלק, י"ד תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן
מרת ... תחי'
אייער מאן האט מיר היינט דערציילט אז איר האט אנגעהויבן ווארטן וכו' און למעשה האט איר פארלוירן וכו'; ער בעט מיר אויב איך קען אייך שרייבן אפאר ווערטער.
וויסן זאלט איר, די גאנצע זאך איז העכער פון אונזער פארשטאנד, דאס איז א זאך וואס האט מיט נשמות און גלגולים, מיר קענען נישט פארשטיין די זאכן; איז בעסער מיר זאלן בכלל נישט טראכטן פון די זאכן, ווייל מיר וועלן דאס סיי ווי נישט פארשטיין.
די אלע נשמות גייען ארויף צום אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה מח ע"ב; מדרש אותיות דרבי עקיבא, אות א) אז דער אייבערשטער לערנט מיט זיי תורה און ביי תחיית המתים וועלן זיי זיך פרייען מיט די עלטערן.
שטארקט אייך, אייער ישועה איז נאנט, איר וועט זוכה זיין צו בנים ובני בנים עוסקים בתורה.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.