בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן
צו מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר
איך בענק זיך זייער צו דיר, איך ווייס נישט וואס צו טראכטן, פארוואס איך זע דיך מער נישט, און אויב דו שטארקסט זיך ווייטער מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן; התבודדות, גיין אין שול דאווענען דריי תפילות, און פון לערנען שיעורים אין תורה, משניות, גמרא.
איך וויל דיר דערציילן א מעשה וואס וועט דיר זיין פאר חיזוק. ווען רבי יודל זכרונו לברכה איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן האט מען אים געזאגט אז דער רבי איז ברוגז אויף אים, רבי יודל האט נישט געוואוסט אז דאס קומט פונעם יצר הרע וואס טוט אלע פעולות צו מרחק זיין דעם מענטש פונעם צדיק, האט ער מורא געהאט אריין צו גיין צום רבי'ן, נאך דריי טעג האט ער זיך שוין נישט געקענט איינהאלטן פון זען דעם רבי'ן, האט ער געטראכט צו זיך 'זאל זיין וואס זאל זיין, איך מוז אריינגיין צום רבי'ן'.
דער רבי האט פארשטאנען ברוח קדשו וואס רבי יודל גייט אריבער, זיינע נסיונות. גלייך ווען רבי יודל איז אריינגעקומען צום רבי'ן האט אים דער רבי געזאגט: "ווען א מענטש וויל מקורב ווען צום אמת דעמאלט איז זיך דער שקר מתגבר אויפן מענטש, און אז דער מענטש שטארקט זיך אויפן שקר, ער צעברעכט דעם שקר - ווערט פון שקר - קשר", און דער רבי האט אויסגעפירט: "דו וועסט שוין בלייבן מקושר צו מיר דיין גאנצע לעבן".
זעט מען פון דעם ווי דער יצר הרע פארלייגט זיך אויף יעדן איינעם באזונדער, אים מבלבל זיין מיט כל מיני בלבולים און כל מיני מחשבות זרות, אים מחליש דעת זיין ער זאל אפלאזן דעם רבי'ן; דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל מאכן פון שקר א קשר של קיימא, נישט אפצולאזן דעם הייליגן רבי'ן.
איך האף עס וועט בלייבן צווישן אונז א קשר, א קנופ; דו וועסט ווייטער לערנען און דאווענען, ווייטער עוסק זיין אין הפצה, ווייטער רעדן מיט יעדן איינעם דבורי אמונה, מעשיות פון תפילה, און אזוי ווי אמאל האסטו נישט געקענט סובל זיין רעדן ניבול פה, האף איך אז דו ביסט ווייטער ריין, דו ביסט ערליך, און נישט הערן קיין שקר חס ושלום אז דער רבי דארף דיך נישט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.