בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אלע צרות קומען פון רעדן ניבול פה
דאווענען, מנין, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת בלק, (בלק בא"י), ו' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


שטארק זיך מיטן דאווענען די דריי תפילות, שחרית מנחה און מעריב – מיט מנין.


שפרינג אריין אין שול, טאנץ אריבער די עצבות ומרה שחורה, ווייל נאר אז מען גייט אין שול דאווענען די דריי תפילות – האט מען א שמירה צו זיין אן ערליכער איד, און טאקע דערפאר פארלייגט זיך דער סמ"ך מ"ם מיט אלע כוחות אפצוהאלטן דעם מענטש נישט צו גיין אין שול, און אזוי אים אינגאנצן אוועק צו נעמען פון מחנה ישראל.


רעד נישט קיין ניבול פה, און אז מען רעדט צו דיר ניבול פה – זאלסטו נישט ענטפערן, האב נישט קיין שייכות מיט דעם. די הייליגע חכמים זאגן (שבת לג.), אלע צרות קומען פון רעדן ניבול פה, און אמאל אפילו מען האט גע'חתמ'עט פארן מענטש א גוטע זאך פאר די קומענדיגע זיבעציג יאר, אבער דורך ניבול פה צערייסט מען די גוטע גזירה, "גַּם לַשּׁוֹמֵעַ וְשׁוֹתֵק", אויך דער וואס הערט רעדן ניבול פה און שווייגט – ברענגט אויף זיך אלע צרות, השם ישמרינו.


ברוך ה' איך בין שוין ארויס פון שטאט, איך בין אין שטעטל פארן זומער, א מחי' צו זיצן צווישן די ביימער לערנען און דאווענען, זיך גרייטן פאר די הייליגע טעג הבאים עלינו לטובה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.