בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, לעיקוואד
נעם אריין אמונה אין זיך, טראכט ווי די גאנצע וועלט איז איז 'אלוקית', איין שטיק אייבערשטער, און דו שטייסט אינדערמיט. זינג זיך ניגוני אמונה, די ניגון וואס משיח וועט זינגען, די ניגון של הצדיק; ווי דער רבי טייטשט דעם פסוק (שיר השירים ד, ח): "תָּבוֹאִי תָּשׁוּרִי מֵרֹאשׁ אֲמָנָה", זאגט דער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן סד), דאס איז די ניגון וואס די צדיקים זינגען, ניגוני אמונה; ממלא כל עלמין, דער אייבערשטער איז דא, וסובב כל עלמין, דער אייבערשטער איז דא, אין שום מציאות מבלעדיך יתברך כלל, עס איז נישטא קיין שום זאך אן אים, ובכל תנועה ותנועה שם אלופו של עולם, און אין יעדע זאך איז ער באהאלטן.
דאס איז די אמת'ע רפואה צו היילן די נשמות ישראל, די בת מלך וואס מען שיסט מיט פיילן פון כפירות ואפיקורסות פון טבע, מקרה און מזל; אמונה היילט, אמונה בארואיגט, אמונה נעמט ארויס אלטע ווייטאג; מען ווייסט עס איז נישט די עלטערן, נישט די מאן, נישט די ווייב, נישט דער און נישט יענער, נאר דער אייבערשטער מאכט נאר גוטס.
אויך שמחה טוט היילן די זעל, אויך שמחה איז א שליסל צו זיין דער גוטער טאטע וועמען די קינדער ליבן, אויך שמחה איז די סוד פון זיין דער גוטער מאן וואס די ווייב ווערט אים אן עוזרתו, אזוי ווי די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (יבמות סג.) אויפן פסוק (בראשית ב, יח): "אֶעֱשֶׂה לּוֹ עֵזֶר כְּנֶגְדּוֹ, 'זָכָה עוֹזַרְתּוֹ, לֹא זָכָה כְּנֶגְדּוֹ'"