בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר, פארן מיר גרינגער מאכן מיט מיין ארבעט.
יעצט פסח קענסטו ווערן אויסגעהיילט, דארפסט נאר גלייבן באמונה שלימה אז די הייליגע מצה האט אין זיך אלע רפואות, און ווען דו עסט די מצה זאלסטו זיך זייער פרייען אז דו ביסט זוכה צו מקיים זיין די מצוה פון עסן מצה, און ביים עסן די מצה זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו ווערן אויסגעהיילט פון אלע קרענק און זוכה זיין צו א קלארא לויטערע אמונה. דער הייליגער זוהר זאגט (פרשת בא, מא.): "מֵיכְלָא דִּמְהֵימְנוּתָא", די מצה איז אמונה, נאך זאגט דער זוהר (פרשת תצוה, קפג:) אז די מצה איז: "מֵיכְלָא דְּאַסְוָותָא", א רפואה; מצה היילט אויס, און מצה ברענגט אמונה.
אמונה היילט, אמונה היילט סיי פיזיש און סיי גייסטיש; ווער עס נעמט אין זיך אריין אמונה, ער ווייסט אז דער אייבערשטער פירט אלעס, דער אייברשטער מאכט אלעס, הוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים - פון דעם גייען אוועק אלע פחדים, אלע דרוקעניש, מען ווערט געזונט. ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן ה), עס זענען דא מענטשן וואס האבן פארשידענע קרענק און זיי ליידן שרעקליכע יסורים נאר ווייל זיי האבן נישט קיין אמונה; און אז מען עסט די הייליגע מצה, מען גלייבט אינעם אייבערשטן - פון דעם ווערט מען אויסגעהיילט.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.