בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן
מרת ... תחי'.
איך בעט אייך זייער איר זאלט אריין נעמען אין זיך אז דער אייבערשטער פירט די וועלט; דורכדעם וועט אייך גרינגער ווערן און איר וועט זיין רואיג און צופרידן.
אמונה מאכט שטארק די נערוון, און אזוי אויך פארקערט; אז מען האט נישט קיין שטארקע אמונה, מען שפירט נישט דעם אייבערשטן, מען מיינט אז זאכן פאסירן סתם אן קיין חשבון, מען קוקט אויף דער וועלט ווי עס פירט זיך חס ושלום מיט טבע מקרה מזל - דעמאלט לעבט מען שטענדיג מיט פחדים און שלעכטע מחשבות; מען באשולדיגט זיך כסדר, וואס פון דעם קומען אלע נערוון קראנקהייטן לא עלינו ולא עליכם; די איינציגסטע רפואה פאר די וואס האבן שוואכע נערוון איז "אמונה".
דערפאר האט דער רבי זייער אסאך גערעדט פון אמונה; ער האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ה): דער עיקר דארף א מענטש ארבעטן צוצוקומען צו אמונה, ווייל אן אמונה איז זייער שווער דאס לעבן. עס זענען דא זייער אסאך קרענק וואס קומט נאר צוליב דעם ווייל מען האט נישט קיין אמונה; דאס גייט ארויף אויף יסורי הנפש וואס מענטשן ליידן זיך נעבעך צאם. זאגט דער רבי ווייטער: "כִּי עַל יְדֵי נְפִילַת הָאֱמוּנָה, בָּאִים מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם - לֹא רְפוּאוֹת, וְלֹא תְּפִלָּה, וְלא זְכוּת אָבוֹת", ווייל ווען א מענטש האט נישט קיין אמונה און ער ליידט נעבעך פון די מחלות וואס קומט פון חסרון אמונה, דעמאלט העלפט אים נישט קיין רפואות, עס העלפט נישט קיין תפילה און אויך נישט זכות אבות; דאס גייט ארויף אויף די יסורים וואס מענטשן מאכן נעבעך מיט פון אלע סארט יסורי הנפש, עס פייניגט זיי פון אינעווייניג - יעדער מיט זיינע שלעכטע מחשבות, און די איינציגסטע רפואה אויף דעם איז אמונה.
דערפאר בעט איך אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן מיט אמונה; גיבט א קוק די ניסים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אייך, איר האט א טייערע מאן נרו יאיר מיט א ליכטיג קינד, און נאך אביסל האט איר שוין נאך א ליכטיג קינד, דעריבער זאלט איר נאר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, און אים בעטן ער זאל אייך געבן כח איר זאלסט הנאה האבן פונעם לעבן.
איך שיק אייך דא א תפילה וואס איר זאלט זאגן יעדן טאג; איך זאג אייך צו אז אויב איר וועט זאגן די תפילה יעדן טאג - לכל הפחות איין מאל, וועט איר ביז א קורצע צייט ווערן געזונט און שטארק; איר וועט האבן שטארקע נערוון, איר וועט מער נישט האבן קיין פחדים מיט דמיונות, און איר וועט זיך נישט באשולדיגן וכו'.
איר קענט זאגן די תפילה, נישט איין מאל און נישט צוויי מאל - נאר יעדעס מאל איר שפירט ווי אייערע מחשבות קומען צו לויפן און שטורמען אייער קאפ, איר שפירט ווי אייער קאפ דריידט זיך מיט אלע נעגעטיווע מחשבות, זאלט איר נעמען די תפילה און דאס זאגן אויפן קול, וועט איר זען ביז א קורצע צייט ווי עס וועט אייך בעסער ווערן.
"גְרוֹיסֶער בַּאשֶׁעפֶער, אִיךְ דַאנְק דִיר פַאר אַלֶעס גוּטְס וָואס דוּ גִיבְּסְט מִיר, אִיךְ דַאנְק דִיר פַאר מַיין שֵׁיינֶע לֶעבְּן וָואס דוּ הָאסְט מִיר גֶעגֶעבְּן; פַאר מַיין טַייעֶרֶע מַאן, פַאר מַיין טַייעֶר לִיכְטִיג קִינְד אוּן פַאר אַלֶעס גוּטְס וָואס דוּ גִיבְּסְט מִיר.
הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין פְרֵיילִיךְ אוּן אִיךְ זָאל הַנָּאָה הָאבְּן פוּן מַיין שֵׁיינֶע לֶעבְּן; וָואס זָאל אִיךְ טוּן אַז אִיךְ הָאבּ נִישְׁט הַנָּאָה פוּן מַיין לֶעבְּן, אִיךְ בִּין אַזוֹי שְׁטַארְק דֶעפְּרֶעסְט אוּן אִיךְ וֵויין אַ גַאנְצְן טָאג, עֶס קוּמֶען אַרַיין אִין מִיר שְׁלֶעכְטֶע מַחְשָׁבוֹת פוּן וֶועלְכֶע אִיךְ קֶען נִישְׁט פָּטוּר וֶוערְן.
דֶערְפַאר בֶּעט אִיךְ דִיר טַאטֶע זִיסֶער, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל גְלֵייבְּן אַז אַלֶעס וָואס גֵייט אַרִיבֶּער אוֹיף מִיר קוּמְט פוּן דִיר. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל הָאבְּן אֶמוּנָה אוּן אִיךְ זָאל לֶעבְּן מִיט אֶמוּנָה; אִיךְ זָאל לֶעבְּן מִיט דִיר אוּן דִיר שְׁפִּירְן. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, עֶס אִיז מִיר אַזוֹי עֶנְג, מַיין קָאפּ דְרֵיידְט זִיךְ מִיר אַ גַאנְצְן טָאג מִיט שְׁלֶעכְטֶע מַחְשָׁבוֹת. אִיךְ טְרַאכְט אַ גַאנְצְן טָאג נָאר שְׁלֶעכְטְס אוֹיף מִיר; אִיךְ בַּאשׁוּלְדִיג זִיךְ אוּן אִיךְ הָאבּ זִיךְ נִישְׁט לִיבּ, מַיינֶע מַחְשָׁבוֹת פַּיינִיגְן מִיר, אִיךְ שְׁפִּיר אַסַאךְ מָאל וִוי אִיךְ הַאלְט עֶס מֶער נִישְׁט אוֹיס, אִיךְ שְׁפִּיר אַז מַיינֶע נֶערְוְון פְּלַאצְן מִיר פוּן אַלֶע שְׁלֶעכְטֶע מַחְשָׁבוֹת.
אִיךְ בֶּעט דִיר אֵייבֶּערְשְׁטֶער, טַאטֶע זִיסֶער, הָאבּ אוֹיף מִיר רַחְמָנוּת! הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל נָאר טְרַאכְטְן פַּאזֶעטִיוו, אִיךְ זָאל נִישְׁט טְרַאכְטְן שְׁלֶעכְטֶע מַחְשָׁבוֹת; הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זִיךְ נִישְׁט בַּאשׁוּלְדִיגְן נָאר אִיךְ זָאל גֶעדֶענְקֶען אַז אַלֶעס קוּמְט פוּן דִיר.
בַּאשֶׁעפֶער, קוּק צוּ מַיינֶע טְרֶערְן, קוּק וִוי אִיךְ וֵויין, קוּק אוֹיף מַיין צֶעבְּרָאכְן הַארְץ; אַתָּה חוֹנֵן לָאָדָם דַּעַת - דוּ גְרוֹיסֶער בַּאשֶׁעפֶער גִיבְּסְט שֵׂכֶל פַאר יֶעדְן אֵיינֶעם, וּמְלַמֵּד לֶאֱנוֹשׁ בִּינָה - דוּ גִיבְּסְט פַארְשְׁטַאנְד פַאר אַלֶעמֶען, בֶּעט אִיךְ דִיר טַאטֶע: וְחָנֵנוּ מֵאִתְּךָ חָכְמָה בִּינָה וָדַעַת, גִיבּ מִיר אוֹיךְ שֵׂכֶל אוּן פַארְשְׁטַאנְד אִיךְ זָאל מִיר נִישְׁט פַּיינִיגְן.
בַּאשֶׁעפֶער, אַסַאךְ מָאל שְׁפִּיר אִיךְ וִוי מַיין לֶעבְּן אִיז מִיר גָארְנִישְׁט וֶוערְד; אִיךְ טְרַאכְט שְׁלֶעכְטֶע מַחְשָׁבוֹת, אִיךְ וִויל אַנְטְלוֹיפְן פוּן מַיין לֶעבְּן, אָבֶּער אִיךְ וֵוייס דָאךְ דֶעם אֱמֶת אַז עֶס אִיז נִישְׁט דָא וואוּ צוּ אַנְטְלוֹיפְן, נָאר צוּ דִיר טַאטֶע זִיסֶער.
דֶערְפַאר קוּם אִיךְ צוּ דִיר אוּן אִיךְ בֶּעט דִיר: הֶעלְף מִיר! הֶעלְף מִיר בִּזְכוּת דַיינֶע צַדִּיקִים וָואס הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען זֵייעֶר גַאנְצֶע לֶעבְּן פַאר דַיינֶעט וֶועגְן; הֶעלְף מִיר בִּזְכוּת דִי אָבוֹת הַקְּדוֹשִׁים אַבְרָהָם יִצְחָק אוּן יַעֲקֹב, הֶעלְף מִיר בִּזְכוּת דִי אִמָּהוֹת הַקְּדוֹשׁוֹת שָׂרָה רִבְקָה רָחֵל אוּן לֵאָה, אוּן בִּזְכוּת דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי רַבֵּינוּ נַחְמָן מִבְּרֶסְלֶב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, בִּזְכוּת זַיין תַּלְמִיד רֶבִּי נָתָן זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ אוּן בִּזְכוּת מוֹהֲרָא"שׁ זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, אָמֵן".
די תפילה זאלט איר האלטן מיט זיך און יעדן טאג זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן, וועט איר האבן א רפואה שלימה בקרוב ממש.