בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
יעצט ווען דיין ווייב איז איבערגעשטרענגט, ענקער בעבי וויינט טאג און נאכט אן אויפהער – זאלסטו זיך מער קאנצענטרירן איר אויסהערן און איר אויסרעדן; דאס וועט איר געבן כח צו קענען אריבערגיין די צייט וואס ענק גייען אריבער.
דער עיקר וואס א מאן דארף געבן פאר זיין ווייב – איז אן אזן קשבת, אן אויער אויסצוהערן.
איך האב געזען א וואונדערליכע ווארט פון הרב ר' יצחק שליט"א, דער מאן איז זיך מחייב אין די כתובה: "ואנא אפלח ואיזון ואפרנס יתיכי", וואס איז די דאפלטע לשון? זאגט ער, 'איזון' איז אויך א לשון פון אוזן קשבת; סיי געבן שפייז, און סיי געבן די אויער אויסצוהערן און צו פארשטיין אירע געברויכן.
העיקר שטארק דיך און שטארק דיין ווייב, דאנקט אינאיינעם דעם אייבערשטן פאר די גרויסע ניסים אז ענק האבן א משפחה, און פאר אלע חסדים; דאס דאנקען דעם אייבערשטן וועט ברענגען ישועות.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.