בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן
מיין טייערער ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דו פרעגסט פארוואס נאכן ליל שישי שיעור האב איך זיך אוועק געדרייט די פנים און איך בין נישט צוגעגאנגען צו דיר וכו'; איך וועל דיר זאגן פארוואס, איך האב זיך דערשראקן פון דיין עצבות און מרה שחורה, איך קען דאס נישט סובל זיין; מיר איז ממש אן אפקומעניש צו האבן מיט בעלי מרה שחורה.
עס איז מיר א וואונדער אז נאכן אזויפיל הערן דעם הייליגן רבינ'ס קול ווי דער רבי האט געשריגן (שיחות הר"ן, סימן קנג; ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח): "געוואלד, זייט אייך נישט מייאש" - זאלסטו נאכאלץ ליגן אין אזא עצבות, און זיין אזוי מרה שחורה'דיג?! בייג צו דיינע אויערן צום געשריי פון רבי'ן, רבי נתן זאגט (שם): "דער רבי האט דאס געשריגן מיט זיין גאנצע כח, ער האט געשריגן מעומק הלב 'גִּיוַואלְד, זַייט אַייךְ נִישְׁט מְיַיאֵשׁ, קֵיין יֵאוּשׁ אִיז גָארְנִישְׁט פַארְהַאנֶען'", עס איז נישטא אזא זאך ווי יאוש, פון יעדע פראבלעם קען מען ארויסקריכן, און אין יעדע פראבלעם איז דא הרחבה. אזוי ווי דער רבי איז מגלה א סוד ווי מען קען אריבערגיין שווערע מצבים, די סוד פון "בצר, הרחבת לי"; דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצה): "אִם יִסְתַּכֵּל הָאָדָם עַל חַסְדֵּי ה'", אויב מען וועט קוקן אויף די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט; "יִרְאֶה, שֶׁאֲפִלּוּ בְּעֵת שֶׁהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מֵצֵר לוֹ", אפילו ווען ער האט שווערע טעג, "גַּם בְּהַצָּרָה בְּעַצְמָהּ הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מַרְחִיב לוֹ וּמַגְדִּיל חַסְדּוֹ עִמּוֹ", זאל ער גוט קוקן, וועט ער זען אז אין די צרה מאכט אים דער אייבערשטער גוט.
נעכטן בין איך געווען באזוכן א איד אין תפיסה, איך האב געטראכט פון דיר, ווי דו ביסט א פרייער מענטש; דו גייסט, דו קומסט, דו לעבסט, און נאכאלץ ביסטו נישט פרייליך, און אין תפיסה, דער איד וועם איך האב באזוכט - האט נאר געשמייכלט און נאר גערעדט דיבורי אמונה, נאר גערעדט פונעם אייבערשטן.
א שאד דו גייסט נישט אין תפיסה, וועסט צוויי מאל פארדינען; איינס דו וועסט מחי' זיין א איד, די גרעסטע זאך צו וואס מען קען צוקומען איז צו מחי' זיין א איד, מוהרא"ש זאגט נאך פונעם הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו: "עס לוינט א נשמה זאל אראפקומען און ליידן זיבעציג יאר, אבי צו קענען א טובה טון א איד", אז מען קומט באזוכן די ארעסטאנטן געבט מען זיי פשוט לעבן, מען איז זיי אזוי מחי'; נאכמער וועט דאס דיר העלפן - זאלסט ארויסגיין פון די עצבות און מרה שחורה, אנהויבן זיין דאנקבאר דעם אייבערשטן פאר די חסדים וואס ער טוט מיט דיר און נישט קוקן אויף אלעס שווארץ.
וואס פעלט דיר אין לעבן? אלס בחור האסטו געוויינט ווילסט א שידוך, געלויבט דעם אייבערשטן האסט חתונה געהאט, האסט א טייערע ווייב, יעצט זארגסטו וואס גייט זיין אין צוואנציג יאר ארום ווען דיינע קינדער גייען זיין מאדערנע קינדער... זאג מיר, דו האסט נישט וואס צו טון? דו זארגסט פאר צוואנציג יאר ארום, ביז אהין פעלט דיר גארנישט, איז וואו איז דיין שמייכל? דו ביסט געזונט, דיין ווייב איז געזונט - וואס נאך ווילסטו?!
איך מיין דו דארפסט צוריק אנהויבן לערנען דיינע שיעורים כסדרן, אכצן פרקים משניות, אנהויבן צוריק בלעטערן די גמרא; אנשטאט זיצן אויפן טעבלעט און קוקן און קוקן, און גארנישט באקומען, נאר עצבות ומרה שחורה.
ברודער, באנוץ זיך מיט די עצות פון רבי'ן, לאז אפ די מאוויס, קליפס; בלעטער די תהלים, בלעטער די ליקוטי מוהר"ן - וועסטו ארויסגיין פון דיין עצבות ומרה שחורה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.