בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן
טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב
בנוגע וכו'; בלייב אן וואטסעפפ – וועסטו האבן מער ישוב הדעת, עס זעט אויס ווי אלעס ווערט גרינגער, מען קען גרינגער רעדן, טון, מאכן וכו', אבער די מח ווערט מער איבערגעשטרענגט, מען פארלירט די ישוב הדעת, מען פארלירט די שלוה.
דו עפנסט יעצט א נייע ביזנעס, דו דארפסט הצלחה; זאלסטו זיך מקבל זיין נישט צו רעדן ביים דאווענען אין שול, און אויב דו דארפסט זייער וויכטיג רעדן – זאלסטו ארויסגיין פון שול און דארט ערלעדיגן אלע געשעפטן, אין שול זאלסטו זיין מיט דרך ארץ, וועסטו זייער מצליח זיין.