בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אן א שיעור מענטשן זענען זיך מחי' מיט די חיזוק פון רבי'ן
הפצה, מוהרא"ש, בריוו, עצתו אמונה, גליון

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי קדושים, ו' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בית שמש


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך צו הערן אז איר האט אנגעהויבן אין בית שמש צו דרוקן די גליונות און קונטרסים פון עצתו אמונה. קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון פארשפרייטן די גליונות און קונטרסים; אן א שיעור מענטשן זענען זיך מחי' מיט די חיזוק פון רבי'ן, מענטשן שרייבן פון גאנץ ארץ ישראל ווי זייער לעבן האט זיך פשוט געטוישט צום גוטן פון די גליונות, די קונטרסים, די דיבורים.


מענטשן דאנקען מיר, זיי ווייסן נישט אז דאס איז נישט מיינע דיבורים, דאס איז מוהרא"ש; אים קומט דער יישר כח. מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען זיין גאנץ לעבן פאר אידישע קינדער, מיר קענען זיך נישט פארשטעלן וואס מוהרא"ש איז אריבער פאר אונז און פאר די קומענדיגע דורות. מען האט אים זיין גאנץ לעבן מבזה געווען מיט די גרעסטע בזיונות, נישטא נאך איינער וואס זאל האבן די בזיונות וואס מוהרא"ש איז אריבער פאר גארנישט און פאר נישט.


איך האב זוכה געווען צו זיין ביי מוהרא"ש אפאר טעג פאר זיין הסתלקות. מוהרא"ש איז אוועק ליל שישי פרשת יתרו, י"ז שבט, תשע"ה; איך בין געווען מוצאי שבת פרשת בשלח ביי מוהרא"ש, מוהרא"ש האט קוים געקענט רעדן, ער איז געליגן אין בעט און מיר געזאגט די שיחה וואס דער רבי האט געזאגט אויף דעם הייליגן בעל יסוד ושורש העבודה זכותו יגן עלינו (חיי מוהר"ן, סימן תקכב), איידער ער איז אוועק פון דער וועלט האט ער געקלאפט מיט זיין פינגער און געזאגט: "איבער געשפרינגען!" אזוי ווי איינער וויל באווייזן עפעס און עס איז אים געלונגען, דער צדיק האט געמיינט צו זאגן אז עס איז אים געלונגען די אלע יארן אויף די וועלט; דער רבי האט זייער באוואונדערט דאס ווארט. האט זיך מוהרא"ש אנגערופן און געזאגט: "איך פאטש"; ער האט אנגעהויבן פאטשן און געזאגט: "מיין גאנץ לעבן האב איך געווארט אויף דעם טאג, איך גיי יעצט אוועק פון דער וועלט; מיין גאנצע לעבן האב איך זיך מוסר נפש געווען פאר אידישע קינדער, איך האב זיך איינגעקויפט אזויפיל שונאים, עד היום ווייס איך נישט פארוואס".


אלע דיבורים וואס מיר רעדן איז דיבורים וואס איך האב זוכה געווען צו הערן פון מוהרא"ש. אלע גליונות, בריוו - אלעס איז נאכגעשריבן פון מוהרא"ש; וואויל איז דעם וואס פארשפרייט עס פאר נאך אידן און האט א חלק אין די הייליגע ארבעט, דאס איז דער גרעסטער תיקון זיך צו מתקן זיין, צו האבן א חלק אין צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.