בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב
דעם שבת חנוכה בין איך געווען אין שטעטל קרית ברסלב, א מחי' דארט. איך בין געגאנגען שבת נאכמיטאג שפאצירן, איך בין ארויף פון מיין שטוב ביז וואו די בחורים זענען געשלאפן זומער. איך האב אזוי געוואלט זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן, אבער איך האב נישט געהאט קיין ווערטער, איך האב די גאנצע וועג געזאגט איין ווארט: "אייבערשטער, אייבערשטער, אייבערשטער", איך בין געווען זייער צופרידן אז די איין ווארט קען איך כאטשיג זאגן, אזוי ווי דער רבי זאגט (עיין ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן צו), אפילו מען קען נאר זאגן "רבונו של עולם" – איז אויך זייער גוט.
אזוי בין איך געגאנגען ארויף און אראפ, נאכדעם האב איך געטראכט 'איך גיי פרובירן נאכאמאל', איך בין צוריק ארויף דעם בארג, און ביים צווייטן מאל האב איך שוין געהאט גוטע שמועסן, איך האב זיך גוט אויסגעשמועסט, אויסגעדאנקט, ברוך ה'.
איך שרייב דיר דאס, ווייל דו מיינסט אז נאר דיר גייט נישט, זאלסטו וויסן אז אסאך טעג איז מיין התבודדות איין ווארט; נאכאמאל און נאכאמאל "אייבערשטער".