בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ב כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
הויב אן דיין טאג מיט מקוה, ענדערש גיי אין מקוה פארן לערנען און זאגן תהילים, ווי איידער צו בלייבן אין שטוב לערנען און זאגן תהילים - אן מקוה. וואלסטו געוואוסט דאס גרויסקייט פון מקוה, צו וואס מען קען זוכה זיין יעדע מאל מען גייט אין מקוה - וואלסטו די ערשטע זאך געלאפן אין מקוה.
מוהרא"ש זכותו יגן עלינו ברענגט פון הייליגן מאור ושמש זכותו יגן עלינו (מאור ושמש, פרשת אמור), אז די כת ש"ץ ימח שמם זענען געווארן אפיקורסים ווייל זיי זענען נישט געווען נזהר אין טבילת עזרא; זיי האבן עוסק געווען אין קבלה אן טהרה. און פארקערט אויך, דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט פאר זיינע תלמידים אז ער איז צוגעקומען צו זיינע מדריגות ווייל ער האט זיך אסאך גע'טובל'ט.
זיי מקפיד אויף מקוה, אפילו דו ביסט אזוי ווי דו ביסט - זאלסטו גיין אין מקוה. דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "'מקוה' איז מלשון 'תקוה', אז מען גייט אין מקוה - האט מען א תקוה אז מען וועט אלעס פאררעכטן". אזוי אויך האט דער הייליגער רבי אהרן קארלינער זכותו יגן עלינו געזאגט: "מקוה איז טאקע נישט קיין מצוה, אבער צו וואס מקוה קען צוברענגען קען נישט קיין שום אנדערע מצוה צוברענגען".
קוק נישט אן שלום בית ווי א מאדערנע זאך, כאילו דאס רעדט מען ביי די מאדערנעזירטע פלעצער, און ווי מער פרום מען וויל זיין - דארף מען מער זיך קריגן אין שטוב, חס ושלום אזוי צו טראכטן; דער רבי האט זייער שטארק געווארנט מיר זאלן זיך פירן אין שטוב מיט שלום און ליבשאפט, מען האט נישט געקענט קומען צום רבי'ן אויב מען האט זיך געקריגט, און אז דו ווילסט זיין ביים רבי'ן אויף שבת חנוכה (בלייבן אין שטוב און זיין ביים רבי'ן) - זאלסטו זיך איבערבעטן, און פון היינט נאר רעדן מיט דרך ארץ און מיט ליבשאפט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.