בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אפילו ווען עס זעט אויס שלעכט, ווייס איך ער איז גערעכט
שידוכים, התחזקות, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


אפילו איך האב דיר שוין נעכטן געשריבן, דאך שפיר איך אז איך דארף דיר שרייבן נאך א בריוו, דיר מחזק זיין אויף דעם וואס מען האט אפגעלאזט דיין שידוך.


איך בעט דיר טייערער ... נרו יאיר, שטארק זיך מיט אלע כוחות נישט צו פארלירן די אמונה און גלייב אז דער אייבערשטער טוט נאר וואס איז גוט פארן מענטש. זאג און זינג צו זיך: "אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז דאך אזוי גוט, אפילו ווען עס זעט אויס שלעכט ווייס איך ער איז גערעכט", אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ס:): לְעוֹלָם יְהֵא אָדָם רָגִיל לוֹמַר: "כָּל מַה דְּעָבֵיד רַחְמָנָא לְטָב עָבֵיד", א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו זאגן: "אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט"; נישט אלע מאל זעען מיר דאס גוטס, און נישט אלעמאל פארשטייען מיר פארוואס דער אייבערשטער טוט אזוי, אבער מיר דארפן גלייבן מיט א שטארקע אמונה אז דער אייבערשטער איז גוט און טוט נאר גוט'ס.


נעם עס אן ווי א שיינע מתנה, זאג פאר'ן אייבערשטן: "רבונו של עולם איך דאנק דיר פאר דאס וואס זי האט אפגעלאזט דעם שידוך; איך גלייב אז דאס איז גוט פאר מיר, העלף מיר אייבערשטער איך זאל האבן כח ווייטער אויסצואווארטן אויף מיין שידוך. הייליגער באשעפער עס איז מיר אזוי שווער צו זיין אליינס, איך האב שוין געמיינט אז אט אט גיי איך חתונה האבן און איך גיי ווערן אן אדם השלם, און יעצט האט די כלה מחליט געווען אז זי וויל נישט גיין ווייטער, העלף מיר אייבערשטער איך זאל שוין טרעפן מיין שידוך"; אזוי זאלסטו זיך אויסרעדן צום אייבערשטן, וועט דער אייבערשטער דיר העלפן אז דו וועסט זוכה זיין בקרוב צו טרעפן דיין שידוך.