בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן
מיין טייערער ... נרו יאיר
וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דיינע טעג און יארן גייען אריבער מיט לערנען מיט בחורים די הייליגע תורה, די הייליגע אמונה, יראת שמים און מידות טובות; איך ווייס עס איז דיר שווער.
היינט אינדערפרי ביים זאגן תיקונים האב איך זיך זייער מחי' געווען מיט וואס רבי שמעון איז מגלה, דאס גרויסקייט פון זיין מקושר צום צדיק און דאס גרויסקייט פון תשובה; אפילו מען טראכט נאר פון זיין גוט - וועט מען אלעס פאררעכטן. דער הייליגער רבי שמעון בר יוחאי זאגט (תיקון לב, דף עו ע"ב): "וְאִם הוּא צַדִּיק אִתְּמַר בֵּיהּ (משלי כד, טז) 'כִּי שֶׁבַע יִפּוֹל צַדִּיק וָקָם'", אויב איז דער צדיק אנגעקומען אין גיהנום - וועט ער יא ארויסגיין פון דארט, "אָמַר לֵיהּ רַבִּי אֶלְעָזָר", האט רבי אליעזר געפרעגט זיין טאטן, רבי שמעון בר יוחאי: "וְאִם הוּא צַדִּיק אַמַּאי נָחִית תַּמָּן", וואס זוכט בכלל דער צדיק אין גיהנום? א צדיק גייט נישט אין גיהנום! זאגט רבי שמעון בר יוחאי: "אֶלָּא בְּגִין לְאַפָּקָא מִתַּמָּן כָּל נַפְשָׁא וְנַפְשָׁא", דער צדיק גייט אין גיהנום ארויס צו נעמען די נשמות, "מֵאִלֵּין דְּהִרְהֲרוּ בִתְיוּבְתָּא", וואס האבן געטראכט פון תשובה, די נשמות וואס האבן געוואלט תשובה טון, "וּמֵתוּ בְקַצְרוּת שְׁנִין", און זענען אוועק פון דער וועלט איידער זיי האבן תשובה געטון - "וְאִיהוּ טָרַח בְּגִינֵיהּ", קומט דער צדיק און מוטשעט זיך פאר זיי, ער איז זיי מתקן; קומט אויס פשט אין די ווערטער פון רבי שמעון בר יוחאי, אז מען רעדט נישט פונעם צדיק אליין, נאר "וְאִם הוּא צַדִּיק" אויב איז מען מקושר צום צדיק, "אִתְּמַר בֵּיהּ (משלי כד, טז) 'כִּי שֶׁבַע יִפּוֹל'", אפילו ער וועט פאלן זיבן מאל - "צַדִּיק וָקָם", וועט אים דער צדיק מתקן זיין.
דער צדיק לאזט זיך אראפ אין די טיפסטע בלאטעס, אין די הייסטע גיהנום'ס - צו מתקן זיין אלע נשמות. אזוי ווי דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תרב) פשט אין די ווערטער וואס די הייליגע חכמים זאגן (ברכות כח:) רבי יוחנן - איידער ער איז נסתלק געווארן - האט ער געוויינט, די תלמידים האבן אים געפרעגט: "רבי, פארוואס וויינסטו?" האט ער געזאגט: "יֵּשׁ שְׁנֵי דְּרָכִים לְפָנַי, אֶחָד לְגַן עֵדֶן וְאֶחָד לְגֵּיהִנּוֹם, וְאֵינִי יוֹדֵעַ בְּאֵיזֶה דֶּרֶךְ מוֹלִיכִין אוֹתִי", עס איז דא צוויי וועגן, איינס פירט צום 'גן עדן' און איינס צום 'גיהנום', איך ווייס נישט וואו מען וועט מיך פירן; פרעגט דער רבי, ווי איז שייך רבי יוחנן זאל האבן א ספק אויב מען וועט אים פירן אין גיהנום? זאגט דער רבי, פארקערט, רבי יוחנן האט געוויינט אויב ער איז נישט גענוג גרויס צו קענען גיין אין גיהנום מתקן זיין די נשמות, ווייל – "הַצַּדִּיק הַגָּדוֹל מוֹלִיכִין אוֹתוֹ אַחַר מוֹתוֹ דֶּרֶךְ הַגֵּיהִנּוֹם, כְּדֵי לְהַעֲלוֹת מִשָּׁם נְשָׁמוֹת כַּיָּדוּעַ", דער גרויסער צדיק - ווען ער ווערט נסתלק - פירט מען אים צום גיהנום ער זאל מתקן זיין די נשמות, דאס האט רבי יוחנן מורא געהאט, אויב אים וועט מען דארט פירן וכו', עיין שם.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.