בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן
מנחם נרו יאיר
דיין זכות איז זייער גרויס מיטן העלפן בויען די שטעטל, איך דאנק דיך זייער פאר אלעס וואס דו טוסט, ספעציעל פארן זען עס זאל זיין שלום, און אפילו עס איז דא חלוקי דעות דאך איז די ליבשאפט שטארק, מען פארגעסט נישט אונזער ציל, צו מגלה זיין און מפרסם זיין פאר אלעמען דעם רבינ'ס חיזוק, דעם רבינ'ס עצות; אין דעם ליגט אונזער הצלחה. אפילו די גויים וועלן אונז כסדר אונטער לייגן פיסלעך, זיי וועלן אונז מאכן שמאל, אונז נישט לאזן בויען וכו'; דאס איז נישט אונזער פראבלעם, ווייל אויב מיר וועלן זיך ליב האבן וועלן מיר זייער מצליח זיין, קיינער וועט אונז נישט קענען שטערן; אזוי האב איך געהערט פון הייליגן סאטמער רבי זכותו יגן עלינו: "א מוסד מאכט זיך נישט צו פון נישט האבן געלט, א מוסד פארמאכט זיך פון מחלוקת, פון שנאה און קנאה".
איך דאנק דיך פארן העלפן אלע יארן ביים קאמפיין, איך מאך די חשבונות פון די לעצטע אכט יאר, זע איך אז דו האסט מיר געהאלפן ברענגען פאר די קהילה א חשבון פון פינף און זיבעציג טויזנט דאלער, נאר פון די קאמפיינס אליינס; דאס איז אויסער וואס דו האסט געגעבן אזויפיל אייגענע געלט, האסט געגעבן איבער א מיליאן דאלער צו בויען די חדר, און פאר די שול האסטו געגעבן הונדערט פופציג טויזנט דאלער, און נאך אסאך; דאך איז מיר מער חשוב די קאמפיין געלט, ווייל דאס גיין נאך געלט איז מיר מער חשוב ווי געבן אייגענע געלט; וואס עס איז ידוע פון צדיקים אז מיט גיין נאך געלט איז מען מתקן ד' מיתות בית דין און כריתות, מען מאכט זיך א חלוקא דרבנן מיט וואס צו זיצן אין גן עדן.