בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אפרעדן און אויסרעדן זענען צוויי אנדערע זאכן
אמונה, תפילה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


יעצט אין די טעג פון בין המצרים ווען מיר קלאגן אויפן חורבן הבית – דארפן מיר תשובה טון, מיר דארפן פאררעכטן צו אנהייבן לעבן מיט א שטארקע אמונה, צו גלייבן אינעם אייבערשטן, אז וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט; ווייל די הייליגע חכמים זאגן (תענית כט.), ווען די מרגלים זענען צוריק געקומען מיט לשון הרע אויף ארץ ישראל – האבן אלע אידן געוויינט, און דער אייבערשטער האט דעמאלט געזאגט: "אַתֶּם בְּכִיתֶם בְּכִיָּה שֶׁל חִנָּם", דערפאר וואס ענק וויינען אומזיסט, "אֲנִי קוֹבֵעַ לָכֶם בְּכִיָּה לְדוֹרוֹת", וועל איך באשטימען דעם טאג ענק זאלן אלע יארן וויינען, און טאקע דעם טאג, תשעה באב, זענען ביידע בתי מקדש חרוב געווארן.


מיר דארפן תשובה טון, מיר דארפן אויפהערן וויינען, און אויך ווען עס זעט אויס ווי זאכן זענען שלעכט, עס זעט אויס געפערליך – דארף מען גלייבן באמונה שלימה אז פונעם אייבערשטן קומט נישט ארויס קיין שלעכטס, אלעס איז לטובה, ווייל חס ושלום אז מען וויינט, מען מיינט אז מען וויל שלעכטס טון – דעמאלט ווערט א בכי' לדורות; מען רעדט נישט דא פון זיך אויסוויינען צום אייבערשטן און זיך אויסגיסן דאס הארץ, זיך אויסרעדן די ווייטאג וואס מען גייט אריבער; דאס איז זייער גוט צו טון, דאס איז די עבודה וואס משיח וועט אריינברענגען אין די גאנצע וועלט, משיח איז א לשון פון 'משיח אלמים', משיח וועט מאכן אלע שטומע זאלן שמועסן און דערציילן דעם אייבערשטן; מען רעדט פון זיך אפרעדן, דאס איז געפערליך, אפרעדן און אויסרעדן זענען צוויי אנדערע זאכן, דאס איז כרחוק מזרח למערב; אפרעדן איז טומאה, עצבות ומרה שחורה, און זיך אויסרעדן – איז קדושה; מיר דארפן גלייבן באמונה שלימה אז וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, פונעם אייבערשטן גייט נישט ארויס קיין שלעכטס, און אז זאכן טוען וויי – דארף מען קומען מיט תחנונים בעטן א מתנת חנם, בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן.