בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אראפגענומען איבריגע שעות פון די ארבעט
משפחה, פרנסה, לימוד התורה, תכלית

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ג' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך פריי זיך צו הערן אז דו ארבעטסט מער נישט אזוי שווער, האסט אראפגענומען איבריגע שעות, דו קוקסט אויף תכלית. אנשטאט צו מאכן נאך א דאלער גייסטו אהיים צו דיין משפחה, דו העלפסט דיין ווייב און נאכדעם האסטו צייט צו לערנען און דאווענען.


אז מען טראכט אריין זעט מען אז די גאנצע לעבן פליט אריבער ווי א שאטן פון א פייגל וואס פליט, אזוי ווי עס שטייט (תהלים קמד, ד): "כְּצֵל עוֹבֵר"; זאגן די הייליגע חכמים (בראשית רבה צו, ב): "הַלְּוַאי כְּצִלּוֹ שֶׁל כּוֹתֶל, אוֹ כְּצִלּוֹ שֶׁל אִילָן, אֶלָּא כְּצִלּוֹ שֶׁל עוֹף בְּשָׁעָה שֶׁהוּא עָף", עס איז דא אסאך ערליי שאטנ'ס, אפשר איז די לעבן ווי א שאטן פון א בוים אדער א שאטן פון א וואנט וואס איז נישט אזוי שנעל? ניין, נאר ווי א שאטן פון א פייגל וואס פליט; וואס וועלן מיר מיטנעמען מיט אונז? דאס דאווענען און לערנען און גוטע מעשים.


איך בין שטאלץ צו האבן אזעלכע אינגעלייט אין שטעטל; אינגעלייט וואס טראכטן פון תכלית.